דער עקאָנאָמישער און פֿינאַנציעלער קריזיס, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, צווינגט די רעגירונגען זיך אַרומצוקוקן און זיך צופּאַסן צו די אומשטענדן פֿון דער קאָמפּליצירטער צײַט. צו מאַכן הײַנט געהעריקע אויספֿירן פֿון דעם דורכגעגאַנגענעם וועג און צו געפֿינען אַ ריכטיקן באַשלוס פֿאַרן ווײַטערדיקן, איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע אין דער הײַנטיקער סיטואַציע.
אַמעריקע, וואָס שטייט אינעם שפּיץ פֿון דעם גלאָבאַלן קריזיס, זוכט, ווי אַנדערע לענדער, איר אייגן "רעטונגס־שטרויעלע", וואָס זי וואָלט זיך געקאָנט אין דעם אָנכאַפּן און זיך אַרויסדראַפּען פֿון דעם עקאָנאָמישן זומפּ. די ביז איצט אויסגעפּרוּווטע "רפֿואות" האָבן קיין געזונט נישט געבראַכט, און ווי דער בעסטער באַווײַז קאָן דינען די כּסדר־פֿאַלנדיקע ניו־יאָרקער בערזע, וואָס עס וואַרפֿט מיט איר, ווי אין קדחת.
אייניקע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ באַטראַכט אויך צווישן די אַנדערע רעטונגס־מאָדעלן, די אַזוי גערופֿענע שוועדישע דערפֿאַרונג פֿאַרן ראַטעווען די אַמעריקאַנער באַנק־סיסטעם. וואָס מיינט עס, די שוועדישע שיטה?
אין די אָנהייב 1990ער האָט אַ מסוכּנער קריזיס חרובֿ געמאַכט די גאַנצע קרעדיט־פֿינאַנציעלע סיסטעם פֿונעם לאַנד. די סיבה פֿון אַזאַ טיפֿער רעצעסיע איז געוואָרן די אויפֿגעבלאָזענע פּרײַזן אויף הײַזער. אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט די שוועדישע רעגירונג זיך באַמיט אַרויסצוהעלפֿן די בענק; געבאָרגט זיי געלט און צוגעזאָגט פֿאַרלאָזלעכע גאַראַנטיעס... עס האָט אָבער געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.
אין 1992 האָט די רעגירונג אײַנגעפֿירט די "עקסטרעמע שיטה" — איבערגענומען דאָס געשעפֿט. אַנדערש געזאָגט, אויסגעקויפֿט דעם גרעסטן טייל פֿון די באַנק־אַקטיוון און אויף אַן אייגענעם אופֿן רעאָרגאַניזירט די גאַנצע סיסטעם. דערבײַ איז צוגעזאָגט געוואָרן, אַז ווי נאָר עס וועט דערגרייכט פֿערן אַ פּאָזיטיווער סאַלדאָ, וועט די מלוכה פֿאַרקויפֿן אירע אַקציעס צו די פּריוואַטע אינוועסטאָרן.
די דאָזיקע שיטה האָט אָנגעבויבן אַרבעטן. די רעצעסיע האָט זיך פֿאַרענדיקט און די בענק האָבן זיך ווידער געשטעלט אויף די פֿיס. הײַנט געפֿינען זיך ס’רובֿ שוועדישע בענק אין רשות פֿון די פּריוואַטע אינוועסטאָרן, אָבער אויך די רעגירונג האָט נאָך איר קליינעם חלק אין די גרעסטע בענק.
פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט אַלץ, וואָס עס האָט געקלאַפּט אין איין לאַנג, וועט טויגן פֿאַר אַ צווייטן; בפֿרט אַז די שוועדישע פֿינאַנציעלע סיסטעם איז אַ סך קלענער פֿון דער אַמעריקאַנער. ס’איז אָבער כּדאַי זיך צוצוקוקן און צומעסטן דעם דאָזיקן “שוועדישן מאָדעל" צו דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט. ווי עס באַטאָנען די מומחים, האָט דער שוועדישער פֿינאַנציעלער דערפֿאָלג זיך געהאַלטן אויף פֿיר פֿאַקטאָרן: די רעגירונג האָט עס געטאָן גיך; זי האָט פֿון דער פּראָבלעם נישט געמאַכט קיין סוד; אַלע פּאַרטייען האָבן דעם וועג אונטערגעהאַלטן און געשטיצט; און לעצטנס, שוין נאָך אַלעמען, איז אויסגעאַרבעט געוואָרן אַ נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק, וואָס האָט אײַנגעשלאָסן אין זיך אַ נײַעם קוק אויף דער פּראָבלעם פֿון אינפֿלאַציע און בודזשעט.
איז ווידער, ווי אַזוי וועלן אויף דעם "סאָציאַליסטישן וועג פֿון נאַציאָנאַליזאַציע" רעאַגירן די "אימפּעריאַליסטישע הײַפֿיש"?
אין זײַן רעדע די וואָך אין קאָנגרעס האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ בפֿירוש באַטאָנט, אַז זײַן פּראָגראַם פֿון אויסהיילן די אַמעריקאנער עקאָנאָמיע און פֿינאַנץ־סיסטעם איז פֿאַרבונדן מיט די טראַדיציאָנעלע מיטלען: דאָס מיינט, אַרײַנצוגיסן אין די בענק שווערע מיליאַרדן. דערבײַ האָט ער באַמערקט, אַז די באַנקירן האָבן טאַקע פֿאַרדינט גוטע פּעטש, אָבער קיין אַנדער וועג ווי אַרויסצוהעלפֿן זיי איז ניטאָ. זײַנע ווערטער: "מיר העלפֿן נישט די בענק, נאָר מיר העלפֿן די מענטשן" האָבן אין דעם קאָנטעקסט געקלונגען מער רעטאָריש ווי ממשותדיק.
דערווײַל לעבט איבער די נײַע אַדמיניסטראַציע אין "ווײַסן הויז" אַ צײַט, ווען דאָס פֿאָלק קוקט אין זייער זײַט מיט פֿאַרגלייבטקייט, נאָך זײַענדיק אונטערן כּישוף פֿון אָבאַמאַס וואַל־קאַמפּיין און זײַן קומען צו דער מאַכט. דער הײַנטיקער וועלט פֿעלט טאַקע סײַ אַ האָפֿענונג און סײַ דאָס גלויבן, אַז שיינע רייד און פּלענער קאָנען זיך אויך פֿאַרווירקלעכן אין טאָג־טעגלעכע מעשׂים, אָבער די עפֿעקטיווע לייזונג בלײַבט נאָך אַלץ אין דער לופֿטן.