דער ייִוואָ־קאָמיטעט, פֿאַרן האַלב־געבויטן ייִוואָ־בנין אין ווילנע, 1929.
פֿון רעכטס: ב. קלעצקין, מ. טשערניכאָוו, ז. רייזען, י. שאַפּיראָ,
ח. זשיטלאָווסקי, י. נ. שטיינבאַרג, מ. ווײַנרײַך, (אומבאַקאַנט),
ז. ה. קאַלמאַנאָוויטש, י. זשעלעזניקאָוו און ב. ווירגילי־כּהן
דער ייִוואָ־קאָמיטעט, פֿאַרן האַלב־געבויטן ייִוואָ־בנין אין ווילנע, 1929. פֿון רעכטס: ב. קלעצקין, מ. טשערניכאָוו, ז. רייזען, י. שאַפּיראָ, ח. זשיטלאָווסקי, י. נ. שטיינבאַרג, מ. ווײַנרײַך, (אומבאַקאַנט), ז. ה. קאַלמאַנאָוויטש, י. זשעלעזניקאָוו און ב. ווירגילי־כּהן

א

אין אייראָפּע איז פֿאַראַן אַ מינהג אַזאַ — צו באַשטימען יעדעס יאָר צוויי שטעט ווי די "הויפּטשטעט פֿון קולטור". דאָס מיינט, אַז די דאָזיקע צוויי שטעט באַקומען געלטער פֿון צענטראַליזירטע אייראָפּעיִשע פֿאָנדן אויף דורכצופֿירן פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן, קאָנצערטן און אַנדערע אונטערנעמונגען. הײַיאָר איז ווילנע, אָדער פּינקטלעכער — ווילניוס, אויסגעקליבן געוואָרן ווי איינע פֿון אַזעלכע אייראָפּעיִשע קולטור-שטעט. פֿאַר אונדז איז עס אַ תּירוץ זיך ווענדן צו דער טעמע פֿון ווילנע ווי די "הויפּטשטאָט" פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור.

דעם אויפֿקום פֿון ווילנע ווי די "הויפּטשטאָט" פֿון ייִדישיזם האָבן מיטגעהאָלפֿן אַ צאָל פֿאַקטאָרן. ס׳איז וויכטיק געווען, קודם-כּל, דער שם פֿון "ירושלים־דליטא" — אַזוי האָט מען די שטאָט גערופֿן פֿאַר איר צענטראַלקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישן רעליגיעזן וויסן. באַזונדערס באַרימט איז געווען דער גרויסער געלערנטער ר׳ אליהו בן-שלמה-זלמן, וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי דער ווילנער גאָון (1720—1797).

אין 19טן יאָרהונדערט האָט די רוסישע רעגירונג אויסגעקליבן ווילנע צו זײַן דער צענטער פֿון ייִדישער בילדונג. אַ גרויסער, דערלויבטער (און מיט צענזאָרן באַזאָרגטער) ייִדישער פֿאַרלעגערישער צענטער איז אויך געווען אין ווילנע. די מתנגדישקייט פֿון ווילנע האָט, בלי-ספֿק, געשפּילט אַ פּאָזיטיווע ראָלע, לכל-הפּחות אין די אויגן פֿון דער רוסישער מלוכה. די חסידים האָבן דאָך געטראָגן דעם "שאַנדפֿלעק" פֿון מער אָפּגעשטאַנענע ייִדן און, ווי אַ פּועל-יוצא, ווייניקער צוגעפּאַסטע צו מאָדערניזאַציע.

די ווילנער אינטעליגענץ איז געווען היפּש רוסיפֿיצירט, אָבער גלײַכצײַטיק איז די שטאָט ניט געווען אַזוי גרויס, אַז אַ ייִדישער דאָקטער, צי סוחר זאָל קענען אין גאַנצן אויסמײַדן קאָנטאַקטן מיטן ייִדישן המון. דאָס האָט געמיינט, אַז ייִדיש האָט מען בדרך-כּלל אַזוי צי אַנדערש געקענט אַפֿילו אין די געבילדעטע קרײַזן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ סך פֿון די אינטעליגענטן האָבן זיך תּחילת געלערנט אין חדר.

ווילנע איז געווען דער אָנערקענטער צענטער פֿון ייִדישער פּאָליטישער טעטיקייט. ניט צופֿעליק איז דווקא דאָרטן אין יאָר 1897 געשאַפֿן געוואָרן די גרעסטע ייִדישער סאָציאַליסטישע פּאַרטיי — דער "בונד". ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה איז דער נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן עס האָט גערעדט — אָדער געפּרוּווט רעדן — די ווילנער אינטעליגענץ, פֿאַרלייגט געוואָרן אין יסוד פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שפּראַך.

ב

די ערשטע וועלט-מלחמה האָט שטאַרקער געמאַכט די פּאָזיציעס פֿון ייִדיש אין ווילנע. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט דער דײַטשישער אָקופּאַציע. די דײַטשישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אונטערגעשטראָכן די רעלאַטיווע נאָענטקייט צווישן דײַטש און ייִדיש. מע האָט אַפֿילו געלויבט די ייִדן ווי פֿאָרשטייער פֿון גערמאַנישער קולטור אין מיזרח-אייראָפּע. אין די געגנטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט מען געשטיצט די ייִדישע פּרעסע און דערלויבט ייִדישע בילדונג. אַפֿילו די עלטערן, וועלכע האָבן פֿאַר דער מלחמה געשיקט זייערע קינדער אין רוסיש-שפּראַכיקע שולן, האָבן איצט אָפֿט מאָל אויסגעקליבן ייִדיש, ווײַל קיין רוסישע לערן-אַנשטאַלטן זײַנען ניט געווען לעגאַל.

נאָך דער מלחמה, ווען ווילנע איז געוואָרן אַ טייל פֿון פּוילן, האָט מען אויך די ערשטע צײַט ניט געפֿילט קיין שטאַרקע ציִונג צו דער פּוילישער קולטור. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז בײַם אָנהייב האָט מען געגלייבט אין עפֿעקטיווקייט פֿון קולטור-אויטאָנאָמיע, דהײַנו: אַז מע האָט געקענט וווינען אין פּוילן, אָבער קולטורעל זיך אין גאַנצן אויסלעבן אין ייִדיש.

אין דעם בנין פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לערער-אינסטיטוט האָט מען אין יאָר 1921 געעפֿנט אַ לערער-סעמינאַר. דער אַמאָליקער לערער-אינסטיטוט האָט געגרייט קאַדרען פֿאַר רוסיש-שפּראַכיקע שולן, מיטן ציל צו אינטעגרירן די ייִדן אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. (אין 1881, האָט דעם אינסטיטוט פֿאַרענדיקט דער לעגענדאַרער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן.) אָבער דער נײַער סעמינאַר האָט געגרייט לערער פֿאַר ייִדישע שולן, מיטן ציל אָפּצוהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך און קולטור.

אַרום דער דאָזיקער צײַט האָט זיך נאָך איין וויכטיקע לערן-אינסטיטוציע באַוויזן אין ווילנע. דאָס איז געווען די טעכנישע שול, אָדער "טעכניקום". די דאָזיקע שול האָט געהערט צו דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע "אָרט", וועלכע האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט פּראָפֿעסיאָנעלער בילדונג.

ג

דער "ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט", אָדער "ייִוואָ", איז געווען איינע פֿון די צענטראַלע אינסטיטוציעס אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדישער קולטור. דער "ייִוואָ" איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1925, אין בערלין, וווּ אַ גרופּע אינטעלעקטואַלן האָט באַשלאָסן, אַז מע דאַרף האָבן אַן אַקאַדעמישן צענטער פֿאַר פֿאָרשונגען, געפֿירט אויף ייִדיש. דער אינסטיטוט איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער פּראָיעקט, מיט אָפּטיילן אין פֿאַרשיידענע לענדער. די אָפּטיילן און פֿיליאַלן פֿון "ייִוואָ" זײַנען טאַקע געווען טעטיק אין אַזעלכע שטעט ווי בערלין, וואַרשע, ניו-יאָרק און בוענאָס-אײַרעס.

אָבער דער צענטראַלער בנין פֿון "ייִוואָ" איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין ווילנע. טיילווײַז קען מען עס באַטראַכטן ווי אַ צופֿעליקייט. אין ווילנע האָט זיך דאָך באַזעצט מאַקס ווײַנרײַך, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דעם גאַנצן פּראָיעקט. זײַן שווער, צמח שאַבאַד, אַ פּאָפּולערער דאָקטער און כּלל-טוער, האָט פֿאַקטיש גענומען דעם איידעם "אויף קעסט" און דערמיט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם נײַעם אינסטיטוט.

אָבער, גלײַכצײַטיק, איז ווילנע קיין צופֿעליק אָרט ניט געווען. ערשטנס, גאָר ניט יעדע שטאָט האָט געקענט זיך באַרימען מיט אַזאַ פּערזענלעכקייט ווי דר. שאַבאַד. צווייטנס, ווילנע האָט געגעבן דעם אינסטיטוט אַ נייטיקע סבֿיבֿה. אין אַן אַנדער אָרט וואָלט עס, אפֿשר, אויסגעזען ווי אַ העלפֿאַנדביינערן-טורעם, בעת אין ווילנע איז דער "ייִוואָ" געווען ענג פֿאַרבונדן מיט די היגע ייִדישע שולן און אַנדערע קולטור-אינסטיטוציעס.

קיין רײַכע שטאָט איז ווילנע ניט געווען. די געשעפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד האָבן אַ מאָל געהאָדעוועט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה און נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָבן זיך די פֿאַרבינדונגען איבערגעריסן. אין דער פּוילישער עקאָנאָמיע, וועלכע איז בכלל געווען אויף צרות, האָט ווילנע קיין סך מזל ניט געהאַט.

אין פּובליקאַציעס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן קען מען לייענען אַ צאָל זשורנאַליסטישע איבערזיכטן, וואָס ווײַזן, אַז די ווילנער האָבן זיך געצויגן צו קולטור שטאַרקער, איידער די ייִדן אין אַ סך אַנדערע מקומות. מע האָט געטענהט, אַז אין קולטור האָט מען געזוכט נחמה, בעת די ווירקלעכקייט איז געווען אַזוי קאָמפּליצירט צי אַפֿילו טרויעריק. אַזוי צי אַזוי, אָבער ווילנע איז, בלי-ספֿק, געווען אַ עיר-הבירה פֿון קולטור נאָך איידער מע האָט זיך וועגן דעם געכאַפּט אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע.