וואָס האָט געטאָן דער טאַטע?
מאָטקע האָט געקויפֿט מיט איינעם בשותּפֿות אַ פֿערד מיט אַ וואָגן. ווער ס׳האָט געדאַרפֿט, דער איז געפֿאָרן. איין מאָל איז מאָטקע אַוועקגעפֿאָרן אין אַ שטעטל, פֿאַרפֿאָרן צו אַ קרעטשמער, צוגעבונדן דאָס פֿערד און אַרײַן אין קרעטשמע איבערכאַפּן דאָס האַרץ. ער גייט אַרויס צום פֿערד, נישטאָ דאָס פֿערד. זאָגט מאָטקע: "דאָס פֿערד איז אַן אַלטע טראַנטע, נאָר איך וועל באַלד טאָן, וואָס מײַן טאַטע האָט געטאָן". דער עולם האָט זיך דערשראָקן: ווער ווייסט, וואָס מאָטקעס טאַטע האָט אָפּגעטאָן? מען האָט אויף גיך צונויפֿגעקליבן געלט און געקויפֿט אַ גוט פֿערד מיט אַ וואָגן. אַז מאָטקע איז געזעסן אין וואָגן, פֿרעגט מען אים: "מאָטקע, וואָס האָט געטאָן דײַן טאַטע?" — "וואָס מײַן טאַטע האָט געטאָן? אַז מ׳האָט בײַ אים צוגעגנבֿעט דאָס פֿערד, איז ער זיך אַוועק אַהיים צו פֿוס".
דעם גבֿירס וווּנטשן
מאָטקע חבד האָט אַמאָל פֿאַרבראַכט מיט אַ גבֿיר. האָט דער גבֿיר אויסדערציילט פֿאַר מאָטקען זײַן ביטער האַרץ. "מיר פֿעלט, זאָגט ער, קיין זאַך ניט. נאָר צוויי זאַכן אַז כ׳וועל דערגרייכן, וואָלט איך געווען דער גליקלעכסטער מענטש. די ערשטע זאַך: כ׳וואָלט וועלן ניט שטאַרבן, און די אַנדערע זאַך: מײַנע קינדער האָבן זייער מיאוסע אויגן, וואָלט איך וועלן, זיי זאָלן האָבן שוואַרצע אויגן".
האָט זיך מאָטקע אָנגערופֿן: "אויב איר וועט מיר געבן 5 רובל, וועל איך אײַך געבן אַן עצה אויף ביידע זאַכן". דער גבֿיר האָט אים געגעבן 5 רובל, האָט זיך מאָטקע אָפּגערופֿן: "שמדט זיך, וועט איר שוין קיין מאָל נישט שטאַרבן, נאָר פּגרן — און די קינדער וועט איר מיט דעם פֿאַרשוואַרצן די אויגן".
געסט אויף שבת
מאָטקע איז אַמאָל געקומען שבת אין שול, האָט ער געבעטן די אורחים, אויב ס׳איז מעגלעך, זאָלן זיי קומען צו אים אויף שבת. נאָכן דאַוונען זײַנען די אורחים אַוועק צו מאָטקען אויף שבת. זיי גייען צו צו דער טיר, עס איז פֿאַרשלאָסן. ווילן זיי שוין גיין צוריק — דערזעען זיי, אַז מאָטקע שטייט בײַם פֿענצטער. בעטן זיי, אַז ער זאָל עפֿענען די טיר. ענטפֿערט מאָטקע: "איך האָב אײַך דאָך געזאָגט: אויב ס׳איז מעגלעך — קומט אַרײַן".
אַ מיטל קעגן וואַנצן
מאָטקע חבד האָט אַמאָל געמאַכט פּראָשקעס פֿון אייער־שאָלעכץ און זיי פֿאַרקויפֿט די ווײַבער ווי אַ מיטל צו וואַנצן. ווען ער איז אין אַ וואָך אַרום געקומען צו די זעלבע ווײַבער, האָבן זיי אים דערציילט, אַז עס העלפֿט גאָרניט. ער האָט זיי געזאָגט, אַז מיטן פּראָשעק דאַרף מען אַזוי טאָן: אָננעמען דעם וואַנץ פֿאַר אַ פֿיסל, אַ קיצל טאָן, וועט ער דאָך עפֿענען דאָס מויל — זאָל מען אים דעמאָלט אַרײַנשיטן אַ ביסל אין מויל — וועט דאָס ווירקן. האָבן זיי אים געזאָגט: "אַז מען האַלט דעם וואַנץ אין האַנט, קען מען אים שוין אַראָפּוואַרפֿן און צעטרעטן?" זאָגט ער: "מ׳קען אַזוי, און מ׳קען אַזוי".
די גאַנדז און דער פּעלץ
איין מאָל האָט מאָטקע געקויפֿט בײַ אַ גוי אַ גאַנדז. ער האָט דעם גוי אַוועקגעפֿירט אַהיים און געזאָגט, אַז ער וועט אים דאָרטן אָפּצאָלן. דער גוי וואַרט און וואַרט און מאָטקע באַצאָלט אים ניט; און די גאַנדז האָט ער באַהאַלטן אין שטאַל. זאָגט דער גוי: "גיב מיר אַוועק דאָס געלט אָדער די גאַנדז". זאָגט מאָטקע: "פֿאַר וואָס זאָל איך דיר עפּעס געבן געלט?" זאָגט דער גוי: "ס׳טײַטש, דו האָסט דאָך געקויפֿט בײַ מיר די גאַנדז? שוין, קום צו אַ פּאָליציאַנט!" זאָגט מאָטקע: "ס׳איז מיר קאַלט צו גיין, גיב מיר דײַן פּעלץ". דער גוי האָט מאָטקען געגעבן דעם פּעלץ און זיי זײַנען אַוועק אין פּאָליציי. אַז זיי זײַנען געקומען אין פּאָליציי, קלאָגט זיך דער גוי פֿאַרן פּאָליציאַנט און דערציילט אים די גאַנצע מעשׂה. זאָגט מאָטקע: "אפֿשר וועסטו באַלד זאָגן, אַז דער פּעלץ איז אויך דײַנער?" זאָגט דער גוי: "געוויס!" האָבן די פּאָליציאַנטן אַרויסגעטריבן דעם גוי, און בײַ מאָטקען איז געבליבן די גאַנדז מיטן פּעלץ פֿאַר אומזיסט.