אין די הײַנטיקע צוויי פּרשיות ווערט ווײַטער דערציילט וועגן דעם משכּן. דאָס וואָרט "ויקהל", וואָס מיינט "ער האָט צונויפֿגערופֿן". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז זיי טאָרן נישט טאָן שבת קיין מלאָכה; די חז״ל דערקלערן, אַז דער דאָזיקער אָנזאָג ווײַזט אָן, אַז מע האָט געמעגט זיך באַטייליקן אין מלאכת־המשכּן בלויז אין דער וואָכן.
בײַם סוף פֿונעם חומש־אָפּטייל "שמות", וואָס מיר פֿאַרענדיקן צו לייענען די וואָך, ווערט דערציילט, ווי דער משכּן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן — דעם ערשטן טאָג פֿונעם ערשטן חודש. צוליב דעם קומענדיקן חודש, וואָס איז דירעקט פֿאַרבונדן מיטן סיפּור־המעשׂה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה, לייענט מען בײַם מפֿטיר די ספּעציעלע "פּרשת־החודש", וואָס דערמאָנט אונדז, אַז דער ערשטער חודש, ווען דער משכּן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן, איז ניסן.
דאָס וואָרט "ויקהל" שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי "קהילה". ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָט די באַטייליקונג פֿון אַלע ייִדן אין מלאכת־המשכּן, געבראַכט דאָס פֿאָלק צו אייניקייט, און פֿאַרוואַנדלט זיי אין אַ סאָלידאַרער קהילה. ווען דער משכּן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן, האָט זיך דאָרטן אַנטפּלעקט די הייליקע שכינה — אַ סימן, אַז אַלע פּרטים פֿונעם משכּן זענען געשאַפֿן און צונויפֿגעשטעלט געוואָרן ווי געהעריק. יעדער ייִד האָט אָנערקענט סײַ זײַן אוניקאַלע ראָלע אין דער דאָזיקער גרויסער מלאָכה, סײַ די נייטיקייט פֿון זײַן בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט.
ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאָלגט נישט די תּורה תּמיד דעם כראָנאָלאָגישן סדר. רש״י זאָגט, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן נאָך יום־כּיפּור — נאָכדעם, ווי ער האָט אַראָפּגעבראַכט פֿונעם באַרג סיני די צווייטע לוחות. די הײַנטיקע צוויי פּרשיות ווערן געוויינטלעך געלייענט צוזאַמען, און זענען געווידמעט דעם זעלבן ענין פֿונעם משכּן; דערפֿאַר קאָן מען זיי באַטראַכטן ווי איין לאַנגע סדרה, וווּ עס גייט בײַם סוף אַ רייד וועגן דעם קומענדיקן ראָש־חודש. צוליב דעם, מוז דער טאָג, וואָס קומט נאָך יום־כּיפּור, האָבן עפּעס אַ שײַכות צו ניסן, ווען מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם משכּן.
יום־כּיפּור איז בעצם אַ פּערזענלעכער יום־טובֿ, ווען יעדער בעט דעם אייבערשטן צו פֿאַרגעבן זײַנע עבֿירות. די אַנדערע יום־טובֿים פֿאַרברענגען די ייִדישע משפּחות די צײַט צוזאַמען בײַ דער סעודה; הגם דעם הייליקן יום־הדין דאַוונט מען אַ גאַנצן טאָג אין דער שיל, דווקא צוזאַמען מיט אַ גרויסן ציבור, פֿאָקוסירט זיך יעדער מתפּלל אויף זײַנע אייגענע תּשובֿה־מחשבֿות.
די יום־כּיפּורדיקע עבֿודה ברענגט אין דער ייִדישער נשמה דאָס געפֿיל פֿון "צעלאָזטקייט" אינעם ג-טלעכן ליכט. דעם דאָזיקן הייליקן טאָג בלײַבט מען אין אַזאַ גײַסטיקן מצבֿ, ווען דער גאַנצער חילוק צווישן דעם פּערזענלעכן און געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט פֿונעם לעבן ווערט נישט אַזוי אַקטועל. די קהילה, אינעם געוויינטלעכן זין פֿון וואָרט, ווערט געשאַפֿן ערשט ווען מע קומט אַראָפּ פֿון אַזאַ הויכער גײַסטיקער מדרגה, און מע קערט זיך אום צו די טאָג־טעגלעכע גשמיותדיקע זאַכן.
הגם יום־כּיפּור סימבאָליזירט די פֿאַראייניקונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, ווען אַפֿילו די ייִדן, וואָס באַטייליקן זיך זעלטן אינעם ייִדישן לעבן, קומען אויך אין דער שיל, בלײַבט עס בעצם העכער פֿונעם געוויינטלעכן קהילה־לעבן. פּונקט אַזוי, הגם דער משכּן סימבאָליזירט דאָס אַחדות פֿון די ייִדן, איז ער אַליין נישט געווען אַן אָרט פֿאַר פֿאַרזאַמלונגען און "קהילה־אונטערנעמונגען". דאָס הייליקע אָרט האָט רעפּרעזענטירט אַזאַ הויכע מדרגה פֿון רוחניות, וווּ די וואָכעדיקע ענינים ווערן אינגאַנצן בטל.
הגם די אַרבעט איבערן משכּן האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ פֿאַראייניקטער קהילה, איז ער גופֿא געבליבן העכער פֿון די געוויינטלעכע קהילה־ענינים. דער חילוק צווישן דעם משכּן און דעם טאָג־טעגלעכן לעבן איז געווען אַזוי גרויס, ווי צווישן דעם יום־כּיפּור און אַ געוויינטלעכן וואָכעדיקן טאָג. צוליב דער דאָזיקער "דיסטאַנץ", האָבן זיי נישט געטאָרט מחלל זײַן שבת לכּבֿוד דעם משכּן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן מען זאָגן, אַז דער דאָזיקער פֿאַרבאָט דערמאָנט, אַז ג־טלעכקייט איז בנימצא איבעראַל. אַדרבה, טראָגט שבת אין זיך אַ ספּעציעלע קדושה, וואָס מע טאָר נישט שאַטן אַפֿילו צוליב דעם סאַמע הייליקן אָרט אין דער וועלט. דער טאָג נאָך יום־כּיפּור ווערט אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק "צו ג-טס נאָמען". די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז מע מוז אַרײַנברענגען די קדושה פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה אינעם גאַנצן יאָר, אַראָפּברענגען דעם אייבערשטן "נאָמען", די ג-טלעכע אַנטפּלעקונג, אינעם טאָג־טעגלעכן גשמיות — הגם די דאָזיקע קדושה דערגרייכט נישט די זעלבע מדרגה, ווי דער הייליקער יום־הדין.
מעגלעך, האָט משה רבינו געוואָרנט די ייִדן וועגן מלאכת־המשכּן דווקא מוצאי־יום־כּיפּור, כּדי צו ווײַזן זיי קלאָרער דעם חילוק צווישן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון קדושה. הגם אינעם משכּן האָט זיך טאַקע אַנטפּלעקט די הייליקע שכינה אויף אַ מער אָפֿענעם אופֿן, מוז מען אויך פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע אַרומיקע וועלט און זיך אַליין אין אַ גרויסן "משכּן", צו אַנטפּלעקן אַ באַזונדערע קדושה פֿונעם שבת און פֿונעם טאָג־טעגלעכן פּערזענלעכן און קהילה־לעבן.