אינעם הײַנטיקע נומער פֿון "ווײַטער" ווערט דערציילט וועגן דער ייִדישער שול־דערציִונג. צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, ווי אַזוי עס האָבן אויסגעזען די ייִדישע לערנביכער, לייגן מיר אײַך פֿאָר עטלעכע מוסטערן פֿון די לימודים — געאָגראַפֿיע און פֿיזיק — געלערנט אין ווילנע (1921) און די סאָוועטישע שולן (30ער יאָרן). דער אויסלייג ווערט פֿאַרהיט אַזוי ווי ער שטייט אין די לערנביכער.
ווינטן
וואַרעמע לופֿט איז גרינגער פֿאַר קאַלטע (פֿאַרוואָס?), דעריבער הייבט זיך וואַרעמע לופֿט אויף אין דער הייך.
נעמט אַ ברענענדיקע ליכט און האַלט זי בײַ אַן אָפֿענער טיר צווישן אַ געהייצטן צימער און ניט־געהייצטן. זעט, וווּהין וועט בלאָזן דער פֿלאַם, בעת איר האַלט די ליכט אין דער הייך, און וווּהין, בעת איר האַלט זי אונטן. דערקלערט פֿאַרוואָס איז דאָס. נעמט אַ קליינעם לופֿטבאַלאָן, וואָס מע פֿאַרקויפֿט אויף די גאַסן, בינדט צו צו אים אַ שטיקל פּאַפּיר, כּדי ער זאָל ניט אַוועקפֿליִען צום באַלקן (פֿאַרוואָס וועט אים דאָס פּאַפּיר ניט לאָזן אַוועקפֿליִען?) נאָר ער זאָל בלײַבן הענגען אין דער לופֿטן, דאַן וועט איר זען, אַז דער דאָזיקער באַלאָן באַוועגט זיך צוזאַמען מיט דער לופֿט.
|
|
|
דאָס הייסט, אַז אַפֿילו אין צימער, וווּ אונדז דוכט זיך, אַז די לופֿט איז אומבאַוועגלעך, באַוועגט זי זיך אויך און דאָס קומט פֿאָר דערפֿאַר, וואָס אין צימער איז די לופֿט ניט אומעטום גלײַך אָנגעוואַרעמט: בײַם אויוון איז זי וואַרעמער, דעריבער איז זי דאָרטן גרינגער און פֿליט אַרויף אויבן, און אויף איר אָרט פֿליט די קעלטערע לופֿט פֿון אונטן צום אויוון. די זעלביקע דערשײַנונג באַמערקט זיך אויך אויף דער ערד. מיר ווייסן שוין, אַז די זון וואַרעמט אָן די ערד ניט צו יעדער צײַט גלײַך (דערמאָנט זיך, אין וועלכער צײַט פֿון טאָג וואַרעמט זיך די ערד שטאַרקער אָן), אויך ניט אין יעדער אָרט גלײַך, דעריבער וואַרעמט זיך די לופֿט אויף דער ערד אָן ניט אומעטום גלײַך און האַלט שטענדיק אין באַוועגן זיך.
די לופֿט פֿון די ערטער, וואָס זײַנען מער אָנגעוואַרעמט, פֿליט אַרויף אין דער הייך, און אויף איר אָרט פֿליט די לופֿט פֿון יענע ערטער, וואָס זײַנען ווייניקער אָנגעוואַרעמט. די באַוועגונג פֿון דער לופֿט הייסט ווינט.
די ריכטונג פֿונעם ווינט באַשטימט מען מיט דער הילף פֿון אַ ווינטפֿאָן. דאָס איז אַזאַ מעטאַלענע פֿאָן, וואָס ווערט פֿון ווינט באַוועגט אויף אַן אַקס. אונטערן ווײַזער זײַנען פֿאַראַן שטעקלעך, וואָס ווײַזן אָן די זײַטן פֿון האָריזאָנט. די ווינטפֿאָן שטעלט מען אַרויס אין אַ פֿרײַען אָרט העכער פֿאַר די ביימער און בנינים, אַ ניט וועט זי ניט ריכטיק אָנווײַזן די ריכטונג פֿונעם ווינט.
אויב דער ווינט בלאָזט פֿון צפֿון, הייסט ער "צפֿונדיקער", אויב פֿון דרום — "דרומדיקער" א. אַ. וו. בכלל רופֿט מען אָן דעם ווינט, דאָס הייסט, מע באַשטימט זײַן ריכטונג נאָך דער זײַט פֿון האָריזאָנט, פֿון וואַנען ער בלאָזט.
פֿיזיק
רעאָסטאַטן
מאַכשירים, וואָס מיט זייער הילף קאָן מען, בײַטנדיק דעם ווידערשטאַנד פֿון דער קייט, רעגולירן די גרייס פֿונעם שטראָם אין דער קייט, הייסט רעאָסטאַטן.
דראָט פֿון אַ מעטאַל מיט אַ גרויסן ספּעציפֿישן ווידערשטאַנד ווערט אָנגעוויקלט אַף אַ צילינדער, וואָס איז געמאַכט פֿון אַן איזאָליאַטאָר. צו די עקן פֿונעם דראָט פֿעסטיקט מען צו די קלעמען A און B. אויבן אַפֿן צילינדער מאַכט מען צו אַף אַ מעטאַלענעם שטאַנג אַ גליטשער D, וואָס באַרירט פֿעסט די וויקלונגען פֿון דעם דראָט. דעם רעאָסטאַט שליסט מען אײַן אין דער קייט מיט הילף פֿון איינעם פֿון די קלעמער A אָדער B און דעם קלעם אַפֿן מעטאַלענעם שטאַנג C. איבערוקנדיק דעם גליטשער D אין דער אָדער יענער זײַט, פֿאַרגרעסערט מען אָדער מע פֿאַרקלענערט די לענג פֿון דעם אײַנגעשלאָסענעם דראָט.
פֿיזיק אַף יעדן טראָט
ווי אַזוי אַרבעט אַ הייבער
פֿון אויב — דאָס אופֿהייבן אַ שווערן ברוס מיט אַ הייבער. פֿון אונטן — דאָס האַקן צוריק מיט אַ הייבער. אין רעכטן ווינקל פֿון אונטן — די קאָנסטרוקציע פֿון אַ בילעט־אויטאָמאַט.