די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות, וואָס טראָגן היפּוכדיקע נעמען: "נצבֿים" — "איר שטייט", און "וילך" — "און ער איז געגאַנגען". פֿונדעסטוועגן, אַזוי ווי זיי ווערן ביידע געלייענט דעם זעלבן שבת, פֿאַר ראָש־השנה, מוז צווישן זייערע נעמען זײַן עפּעס אַ שײַכות.
"אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן", האָט משה רבינו געזאָגט צו די ייִדן: זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים, פֿון די גרעסטע מנהיגים ביז האָלצהעקער און וואַסערשעפּער. דאָס אָרט, וווּ דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרזאַמלט, האָט געהייסן "ערבֿות-מואבֿ" — אַ רמז אויפֿן ענין פֿון "ערבֿות", קעגנזײַטיקע אַחריות, וואָס יעדער ייִד טראָגט פֿאַרן צווייטן.
על־פּי־חסידות, איז פּרשת "נצבֿים" פֿאַרבונדן מיט ראָש-השנה. דאָס וואָרט "היום", "הײַנט", מיינט דעם הייליקן טאָג, ווען אַלע ייִדן צוזאַמען בעטן דעם אייבערשטן צו געבן זיי אַ געבענטשט נײַ יאָר. ווי עס שטייט אינעם מחזור, "שוה ומשוה קטון וגדול" — דער באַשעפֿער איז נאָענט צו יעדן; אַלע, קליינע און גרויסע, זענען פֿאַר אים גלײַך. ווי עס האָבן באַמערקט די חסידישע רביים, קומען ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין דער שיל אַרײַן אַפֿילו די סאַמע אַסימילירטע ייִדן; דער הייליקער יום־טובֿ ברענגט אַחדות און ברודערשאַפֿט.
אין משה רבינוס צײַטן איז צווישן די ייִדן און, להבֿדיל, די אַמאָליקע אוממאָראַלישע געצנדינער, געלעגן אַ גרויסע דיסטאַנץ. דערפֿאַר ווערט אין דער פּרשה דערמאָנט בלויז דאָס אַחדות צווישן די ייִדן. אין דער אמתן, אָבער, טראָגן אַלע מאָראַליש־ציוויליזירטע מענטשן דאָס ברידערלעכע אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן. הגם ראָש־השנה איז פֿאַרבונדן מיט מעשׂה־בראשית, איז די פֿיזישע וועלט באַשאַפֿן געוואָרן פֿריִער; דאָס איז דער "געבוירן־טאָג" פֿון אָדם־הראשון — דער גרינדער פֿון דער גאַנצער הײַנטיקער מענטשלעכער ציוויליזאַציע.
אין דער אמתן איז אָדם־הראשון, בײַם אָנהייב, געשאַפֿן געוואָרן אין אַן אַנדער וועלט, ווײַט פֿונעם גראָבן גשמיותדיקן עולם־הזה. ער איז געווען אַזוי ווי אַ מלאך; זײַן גוף איז געווען לויטער רוחניות, און האָט אַרומגענומען דעם גאַנצן קאָסמאָס. די נשמות פֿון אַלע מענטשן, מענער און פֿרויען, זענען בלויז קליינע ברעקלעך פֿון זײַן נשמה, אויף וועלכע זי איז זיך צעפֿאַלן, ווען ער האָט געגעסן די פֿאַרבאָטענע פּרי פֿון עץ־הדעת. נאָך זײַן חטא, איז ער פֿאַרשיקט געוואָרן אין דער דאָזיקער פֿאַרגרעבטער וועלט, און זי אַראָפּגעבראַכט מיט זיך נאָך נידעריקער.
אינעם אָריגינעלן "קאָסמישן" אָדם־הראשון איז פֿאַרקערפּערט געוואָרן דער ענין פֿונעם אַלמענטשלעכן אַחדות, וואָס איז צעשעדיקט געוואָרן צוליב זײַן זינד און די עבֿירות פֿון די שפּעטערדיקע דורות. די חסידישע רביים דערקלערן, אָבער, אַז דער חטא־עץ־הדעת, איז געווען אַ "ירידה לצורך עליה". דווקא דאָס לעבן אין עולם־הזה, פֿול מיט שוועריקייטן, ספֿקות און נסיונות, איז מסוגל אַרויפֿצוברענגען דעם מענטש אויף אַ גרעסערער מדרגה, הגם אין דער גראָבער מאַטעריעלער וועלט שטעקט אויך אַ גרעסערע סכּנה אַראָפּצופֿאַלן. סוף־כּל־סוף, אין די גאולה־צײַטן, וועט די מענטשהייט זיך ווידער פֿאַראייניקן, און וועט דערגרייכן אַפֿילו אַזאַ הויכע "קאָסמישע" קדושה און אַחדות, וואָס אַפֿילו אָדם־הראשון פֿאַרן חטא וואָלט נישט געקאָנט משׂיג זײַן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן גאולה, די מעלות פֿון עולם־הזה און וועגן דעם מענטשלעכן פֿרײַען ווילן. על־פּי־קבלה, זענען די אומצאָליקע שיכטן פֿון טיפֿע באַהאַלטענע השׂגות, דער אמתער עצם פֿון דער תּורה, און דער פּשט און הלכות — בלויז חצוניות, דאָס אויסערלעכע "שאָלעכץ". פֿונדעסטוועגן, ליגט דער וועג צו דעם דאָזיקן רוחניותדיקן עצם דווקא דורך די מיצוות און מעשׂים־טובֿים, וואָס מע טוט אין עולם־הזה. למשל, אויב עמעצער "פֿליט" די גאַנצע צײַט אין הימל, אָבער העלפֿט נישט אַן אָרעמאַן אָדער אַ קראַנקן, וועט ער נישט קאָנען דערגרייכן קיין אמתע השׂגה. אָדער, אויב עמעצער באַטראַכט שבת, חלילה, ווי בלויז אַן אַנדער געוויינטלעכן טאָג, וועט ער נישט קאָנען באַגרײַפֿן די סודות פֿון מעשׂה־בראשית, אויף וועלכע ס׳איז מרמז דער זיבן־טאָגיקער וואָך־ציקל.
אין דער הײַנטיקער צווייטער פּרשה, "וילך", האָט משה רבינו געזאָגט דעם ייִדישן פֿאָלק, אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, אַז ער איז שוין הונדערט און צוואָנציק יאָר אַלט, און וועט באַלד שטאַרבן, דערפֿאַר קען ער מער נישט לערנען מיט זיי די תּורה. הגם ער איז געבליבן געזונט ביז זײַן לעצטן טאָג, האָט ער איבערגעגעבן זײַן ראָלע ווי דער מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו זײַן הויפּט־תּלמיד, יהושע בן-נון.
ווײַטער גייט אין דער פּרשה אַ רייד וועגן דער מיצווה פֿון "הקהל", וואָס האָט אויך צו טאָן מיטן אַחדות פֿון מענטשן. יעדע זיבן יאָר, אָנהייב דעם נײַעם שמיטה־פּעריאָד, דעם ערשטן טאָג חול־המועד סוכּות, האָבן אַלע ייִדן, מענער, פֿרויען און קינדער, געזאָלט זיך פֿאַרזאַמלען אינעם בית־המיקדש. דער קיניג פֿלעגט פֿאָרלייענען זעקס געוויסע פֿראַגמענטן פֿון דער תּורה.
בײַם סוף פֿון דער פּרשה, האָט משה געוואָרנט די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן נישט היטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער "אויסבאַהאַלטן" פֿון זיי זײַן "פּנים" — עס וועט זײַן שווער צו דערזען דאָס געטלעכע ליכט און השגחה אין דער וועלט. נאָך אַלע צרות, וועלן זיי אָבער נישט פֿאַרגעסן די תּורה, און וועלן, סוף־כּל־סוף, תּשובֿה טאָן.
די פּרשה "וילך" ווערט אָפֿט געלייענט דעם שבת־שובֿה, פֿאַר יום־כּיפּור. די טעמע פֿון "הסתּר־פּנים", תּשובֿה, און דער טויט פֿון צדיקים איז פֿאַרבונדן מיטן הייליקן יום־הדין. די זעלבע טעמעס האָבן אָבער אויך אַ שײַכות צו ראָש־השנה. ווי עס ווערט פֿאָרויסגעזאָגט אין דער פּרשה, וועט דאָס ייִדישע פֿאָלק נישט פֿאַרגעסן זײַן צוועק אין דער וועלט, נישט געקוקט אויף אַלע צרות און מפּלות. דאָס מיינט, אַז אין דער מענטשהייט בלײַבט תּמיד אַ "יאָדער", וואָס וועט זי אַמאָל ברענגען צוריק צום גײַסטיקן תּכלית.
הגם אָדם־הראשון האָט געזינדיקט, געפֿאַלן פֿון זײַן מדרגה, און זײַן נשמה איז צעשפּליטערט געוואָרן אויף מיליאָנען שטיקלעך, וועלן די מענטשן, סוף־כּל־סוף, זיך אומקערן צו זייער ג־טלעכן שורש, און וועלן ווידער פֿאַראייניקט ווערן ווי איין הייליקער, באַלויכטענער "קאָסמישער" כּוח. נישט געקוקט אויף אַלע ירידות און מפּלות, וועלן די מענטשן אַמאָל אַנטפּלעקן זייער הויכן גײַסטיקן פּאָטענציאַל.
מיטן כּוח פֿון תּשובֿה און מיצוות, קאָן אַ מענטש אַרויסקריכן פֿון זײַן פּערזענלעכן "גרוב". די חסידישע ספֿרים באַמערקן, אַז די מלאָכים ווערן געשילדערט אין אַ צאָל ערטער אינעם תּנ״ך ווי "עומדים", "שטייענדיקע", און דער מענטש — ווי "מהלך", "אַ גייער". ווי עס באַטאָנען די חז״ל, "כּל דרכים בחזקת סכּנה" — "אין אַלע וועגן שטעקט אַ סכּנה". אַ "גייער" קאָן זיך אַרויפֿקלעטערן העכער, ווי אַ מלאך, אָבער קאָן אויך אַראָפּפֿאַלן אינעם טיפֿסטן תּהום.
מע קאָן זאָגן, אַז צוליב דעם הייסט די הײַנטיקע פּרשה, וואָס האָט אַ שײַכות מיט די קומענדיקע ימים־נוראָים, דווקא "נצבֿים־וילך" — "מע שטייט און מע גייט ווײַטער". כּדי מע זאָל נישט, חלילה, אַראָפּפֿאַלן, דאַרף מען זיך פֿון צײַט צו צײַט אָפּשטעלן, באַטראַכטן דעם אייגענעם מצבֿ, תּשובֿה טאָן, צו פּרוּוון ווערן אַ שטיקל "מלאך", כּדי צו קאָנען גיין ווײַטער אויפֿן ריכטיקן וועג.