פֿונעם אייביקן קוואַל

ווען די מענטשן האָבן זיך שטאַרק פֿאַרזינדיקט, האָט דער באַשעפֿער געשיקט דעם מבול, וואָס האָט אומגעבראַכט אַלע מענטשן און חיות אויף דער ערד. בלויז נח מיט זײַן משפּחה האָט זיך געראַטעוועט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, צוזאַמען מיט די פּאָרן בעלי־חיים, וועלכע ער האָט געזאַמלט אין דער תּיבֿה.

דער מדרש זאָגט, אַז די עיקר־אוממאָראַלישקייט, וואָס האָט געבראַכט צום מבול, איז געווען גוואַלד און אומיושר. די בייזע פֿירער פֿון יענעם דור פֿלעגן כּסדר באַרויבן די פּשוטע מענטשן און צווינגען זייערע ווײַבער צו זינדיקן מיט זיי. די געזעלשאַפֿט האָט געהאַלטן, אַז די, וואָס האָבן מער מאַכט און כּוח, האָבן אַ רעכט זיך צו איזדיעקעווען איבער די שוואַכע. דער דור-המבול פֿלעגט אויך "פֿאַרגוואַלדיקן" די נאַטור גופֿא, און געצוווּנגען אַפֿילו די חיות צו פֿירן זיך אויף אַן אומנאַטירלעכן שטייגער.

נאָכן מבול, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט, אַז ער וועט מער נישט אומברענגען די מענטשהייט דורך אַזאַ צווייטער קאַטאַסטראַפֿע. אין עטלעכע הונדערטער יאָר אַרום, האָבן די מענטשן ווידער מאָראַליש דעגראַדירט, און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן אויף אַן אַנדער אופֿן.

דער בייזער מלך נמרוד האָט געשטרעבט איבערצונעמען די מאַכט איבער דער גאָרער וועלט, און האָט אָנגעהויבן בויען אַ טורעם ביזן הימל. אין יענער צײַט, האָבן אַלע מענטשן גערעדט אויף איין שפּראַך. צום סוף, האָט דער אייבערשטער צעשטערט דעם טורעם, און געמאַכט די בויער צו פֿאַרגעסן זייער אַלגעמיינע שפּראַך. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן די מענטשן זיך צעקריגט, נישט קאָנענדיק מער זיך צונויפֿרעדן איינער מיטן צווייטן, און האָבן זיך צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט.

אַ טייל מפֿרשים טײַטשן אָפּ די מעשׂה מיטן מגדל־בבֿל אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. נמרוד האָט געוואָלט פֿאַראייניקן די מענטשן בגוואַלד, אויף אַ קונצלעכן אופֿן. צוליב דעם, האָבן די מענטשן פֿאַרלוירן זייער נאַטירלעכע אַלמענטשלעכע פֿרײַנדשאַפֿט, און דער "טורעם", די ריזיקע טאָטאַליטאַרע פּיראַמידע פֿון דער אימפּעריאַלער מאַכט, וואָס דער אומיושרדיקער קיניג האָט געבויט, איז זיך צעפֿאַלן. די פֿאַלשע אייניקייט האָט געבראַכט צו שׂינאה און אומפֿאַרשטענדעניש.

אַ טייל הײַנטצײַטיקע רעליגיעזע דענקער, וועלכע נעמען אין באַטראַכט די מאָדערנע וויסנשאַפֿטלעכע פּערספּעקטיוו, טײַטשן אָפּ די מעשׂה וועגן דעם מבֿול אויך ווי אַן אַלעגאָריע. לויט אַ פֿאַרשפּרייטער "מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער" מיינונג, איז די בוכשטעבלעכע פֿאַרפֿלייצונג געשען בלויז אין געוויסע ראַיאָנען, וועלכע זענען געווען קריטיש וויכטיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דערפֿאַר ווערט זי געשילדערט אין דער תּורה ווי אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע.

אַ צאָל אַנדערע מפֿרשים, בפֿרט די מקובלים און חסידישע רביים, באַטאָנען, אַז סײַ דער מבול, סײַ די מפּלה פֿונעם מגדל־בבֿל, זענען געווען מיסטישע קאַטאַסטראָפֿעס פֿון אַ ריזיקן, קאָסמישן פֿאַרנעם, וואָס מע קאָן נישט פֿאַרשטיין פֿון דער געוויינטלעכער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. אַזוי צי אַזוי, בלײַבן די דאָזיקע מעשׂיות פֿאַר אונדז הײַנט באַזונדערס אַקטועל. מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז ס׳איז גאָר אַ וויכטיקע וואָרענונג וועגן די סכּנות פֿונעם הײַנטיקן טאָג.

אַ צאָל חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז די רשעים פֿונעם דור-המבול האָבן אַליין גורם געווען די קאַטאַסטראָפֿע מיט זייערע שלעכטע מעשׂים. זיי האָבן געקענט פֿאַרשיידענע חכמות, וואָס זענען געווען אַפֿילו מעכטיקער, ווי די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס. צוליב זייער אַכזריותדיקער און הפֿקרדיקער באַציִונג צו דער נאַטור און צו די אַנדערע מענטשן, האָבן זיי צעשאָקלט די סאַמע יסודות פֿון דער וועלט, און האָבן געבראַכט די שרעקלעכע מהומה.

די הײַנטיקע פּרשה וואָרנט אונדז, אַז די צרות, וואָס זענען איצט פֿאַרשפּרייט אין דער געזעלשאַפֿט — אוממאָראַלישקייט, גאווה, אומיושר, מאַכט־קריגערײַען, גוואַלד־באַציִונגען צו די מענטשן און צו דער נאַטור־סבֿיבֿה, צוזאַמען מיט די ידיעות פֿון סכּנותדיקע חכמות — קאָנען גורם זײַן, חלילה, אַ גלאָבאַלע צרה. אַדרבה, אויב מע נעמט אָן די דערמאָנטע אַלעגאָרישע אָפּטײַטשן, באַקומט די הײַנטיקע פּרשה אַ באַזונדערס אַקטועלן באַדײַט, ווי אַ וואָרענונג פֿאַרן הײַנטיקן דור.

דער נאָמען "נח" שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי "מנוחה" און "נחמה". ווען נח האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם מבול, צוזאַמען מיט זײַן גאַנצער משפּחה, האָט ער געבראַכט רויִקייט און טרייסט אין דער באַנײַטער וועלט.

דער מבול ווערט אויך אָנגערופֿן "מי נח". די קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם דאָזיקן אויסדרוק ווי "דאָס וואַסער פֿון מנוחה"; דער אייבערשטער האָט אויסגערייניקט די וועלט פֿון די רשעים, און האָט געבראַכט דערמיט אַ מנוחה פֿאַר דער גאָרער וועלט, ווי מע זינגט אין די שבתדיקע זמירות: "יונה מצא בו מנוח" — "אין דעם טאָג האָט די טויב געפֿונען איר רו".

אָבער, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, געפֿינען מיר אין איר ווייניק מנוחה און רו. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ריזיקער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס האָט אומגעבראַכט כּמעט די גאַנצע מענטשהייט, ווי אויך וועגן דער מעשׂה מיטן מגדל־בבֿל, וואָס האָט געבראַכט צו דעם, וואָס די מענטשן האָבן זיך צעקריגט און צעזייט איבער דער וועלט. אַדרבה, אינעם גאַנצן חומש איז נישטאָ קיין צווייטע סדרה מיט אַזאַ "דעסטרוקטיוון" אינהאַלט. פֿאַרוואָס זשע טראָגט זי אַזאַ "רויִקן" נאָמען?

על־פּי־חסידות, סימבאָליזירט דער מבול די טירחות פֿון עולם־הזה, וועלכע פֿאַרפֿלייצן אונדז כּסדר. די זעלבע עטישע פּראָבלעמען, וואָס ווערן פֿאַרדאַמט אין דער הײַנטיקער פּרשה, ברענגען כּסדר מהומות און קריגערײַען. הגם דער שטענדיקער מבול פֿון אונדזער לעבן זעט נישט אויס ווי אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע, האָט ער שוין געבראַכט, בסך־הכּל, נישט ווייניק צעשטערונג אין דער מענטשלעכער געשיכטע.

כּדי פּטור צו ווערן פֿון אַ געוויסער פּראָבלעם, דאַרף מען זי קודם אָנערקענען און פֿאַרשטיין. די הײַנטיקע פּרשה טרייסט אונדז, אַז אַפֿילו נאָך דער גרעסטער צרה, וואָס די רשעים קאָנען גורם זײַן אין דער וועלט, וועט סוף־כּל־סוף קומען אַ האָפֿענונג און מנוחה.

דאָס וואָרט "תּיבֿה" מיינט אויך "אַ וואָרט". ווען אונדזערע דיבורים זענען הייליק, קאָנען זיי אונדז אַרויסברענגען פֿונעם סאָציאַלן און אינערלעכן "מבול".

אַזוי ווי נחס שיף, וואָס האָט געהאַט דרײַ שטאָקן, פֿאַר מענטשן, חיות און מיסטן, ווי אויך אַ פֿענצטער פֿון אויבן, דאַרף מען שטרעבן צו פֿאַראייניקן און נעמען אין באַטראַכט אַלע דרײַ אַספּעקטן פֿון אונדזער כּוח — די אינטעלעקטואַלע, עמאָציאָנעלע און פֿיזישע — און צו עפֿענען אין אונדזער האַרץ אַ "פֿענצטער" צו ג-טלעכקייט, אָנצוצינדן דעם ג-טלעכן פֿונק, וואָס שטעקט אין יעדער מענטשלעכער נשמה. דאָס איינציקע מיטל, וואָס איז בכּוח אונדז צו ראַטעווען פֿונעם "מבול", פֿון די טאָג־טעגלעכע מהומות, איז די "תּיבֿה" — דאָס פֿרײַנדלעכע, אַחריותדיקע און באַגײַסטערטע וואָרט, וואָס קאָן פֿאַראייניקן און גײַסטיק דערהייבן די מענטשהייט.