נועם נתנאל (צווייטער פֿון רעכטס) ווײַזט זײַנע מיט־תּלמידים אַ בראָשור וועגן גלעד שליט, בעת דער מיטאָג־שעה, פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער שול |
Noam Nathaniel |
פֿאַראַכטאָגן דינסטיק זענען די קאָרידאָרן פֿון דער מלוכישער שול "טענאַפֿלײַ הײַ־סקול" פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיטן בילד פֿונעם פֿאַרכאַפּטן ישׂראל־סאָלדאַט, גלעד שליט, ווען בערך 90 תּלמידים — סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן — זענען געקומען אין שול, טראָגנדיק אַ העמד מיט זײַן בילד.
די געשעעניש האָט אָרגאַניזירט אַ ישׂראל־געבוירענער בחור אינעם צוועלפֿטן קלאַס, נועם נתנאל, כּדי צו באַקענען די תּלמידים מיט דער ביטערער מערכה פֿונעם סאָלדאַט, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן מיט דרײַ יאָר צוריק.
"ס׳האָט מיך איבערראַשט, ווי ווייניק די תּלמידים ווייסן וועגן שליט אָדער פֿאַר וואָס ישׂראל קעמפֿט בכלל מיט די פּאַלעסטינער," האָט נתנאל באַמערקט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". "געוויסע פֿון זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט וואָס העברעיִש איז. זיי האָבן מיך געפֿרעגט, צי דאָס איז דאָס זעלבע ווי ייִדיש."
טאַקע דערפֿאַר האָט נתנאל מיט אַ האַלב יאָר צוריק געגרינדעט אין דער שול אַ ישׂראל־קולטור קלוב, וואָס האָט זיך אַזוי צעוואַקסן, אַז ער איז הײַנט דער גרעסטער קולטור־קלוב אין "טענאַפֿלײַ הײַ־סקול". די צוויי אַנדערע זענען אַ כינעזישער קלוב, און אַ קריסטלעכער.
כּדי צו גרינדן דעם ישׂראל קולטור־קלוב, האָט נתנאל געדאַרפֿט זאַמלען גענוג אונטערשריפֿטן; ווײַל בערך 10—15 פּראָצענט פֿון די תּלמידים אין "טענאַפֿלײַ הײַ־סקול" שטאַמען פֿון ישׂראלדיקע עלטערן, איז אים נישט געווען קיין חידוש, וואָס ער האָט גלײַך צוגעצויגן צענדליקער מענטשן. וואָס האָט אים יאָ איבערראַשט, זאָגט ער, איז וויפֿל נישט־ייִדן האָבן זיך אָנגעשלאָסן, זאָגנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון ישׂראל און ווילן זיך לערנען וועגן דער ישׂראלדיקער קולטור. איינער אַזאַ איז דער קאָרעיִשער בחור, קריס לי.
"קריס איז שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין עראָפּלאַנען און אין די לופֿט־כּוחות," האָט נתנאל דערקלערט. "תּמיד דערציילט ער מיר ווי געניט די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות זענען."
דער קלוב האָט שוין דורכגעפֿירט עטלעכע אונטערנעמונגען. אין אַפּריל האָט מען אָפּגעמערקט יום־השואה. די קלוב־מיטגלידער האָבן געשטעלט אַ טיש בײַם הויפּט־אַרײַנגאַנג, וווּ ס׳האָט אַ גאַנצן טאָג געברענט אַ ליכטל (דער פֿלאַם איז אָבער געווען אַ קינסטלעכער ווײַל די שול פֿאַרווערט אָנצוצינדן אַ פֿײַער). בײַם טיש איז געהאַנגען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ גרופּע געטאָ־קינדער פֿונעם זעלבן עלטער ווי די תּלמידים, מיט קרענקלעכע, אויסגעדאַרטע פּנימער. אויף אַ גרויסן בויגן פּאַפּיר האָבן די תּלמידים געקאָנט אויסדריקן זייער מיטגעפֿיל דורך אונטערשרײַבן זייערע נעמען.
די שול־אַדמיניסטראַציע האָט אויך צוגעהאָלפֿן. בעת די מעלדונגען אויפֿן הילכער יענעם אינדערפֿרי, האָט מען אַנאָנסירט, צום ערשטן מאָל אין דער שול: "הײַנט איז יום־השועה, 'האָלאָקאָסט־דיי’."
דער קלוב האָט אויך געפּראַוועט יום־העצמאות. צוואַנציק ישׂראלדיקע מיידלעך האָבן געטאַנצט ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ, און מע האָט במשך פֿונעם טאָג געשפּילט ישׂראלדיקע "היפּ־האָפּ" מוזיק. מע האָט אויך פֿאַרקויפֿט פּיטאַ, כומוס און טאָרט, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר די ווײַטערדיקע אַקטיוויטעטן, ווי, למשל, צו פּראָדוצירן די גלעד שליט־העמדלעך.
פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, האָט דער קלוב פֿאַרקויפֿט די העמדער צו די מיטגלידער און זיי מיטגעגעבן פֿלי־בלעטלעך וועגן דער געשיכטע פֿון שליטס פֿאַרכאַפּונג, כּדי אויסצוטיילן צו זייערע פֿרײַנד. ווען די תּלמידים זענען אַרײַנגעקומען דעם צווייטן טאָג, טראָגנדיק די העמדער, האָט עס טאַקע געמאַכט אַן אײַנדרוק. "אַ גאַנצן טאָג זענען מענטשן צוגעקומען צו אונדז און געפֿרעגט ווער דאָס איז," האָט נתנאל געזאָגט.
כאָטש די שול איז פּאָזיטיוו־געשטימט וועגן די אונטערנעמונגען פֿונעם ישׂראל־קלוב, איז נתנאל אָבער מיט איין זאַך נישט צופֿרידן. ער וואָלט געוואָלט, אַז דער קלוב זאָל זאָגן אַ תּפֿילה, ווען מע פֿײַערט אַ ייִדישן יום־טובֿ, אָדער ווי אַ סימן פֿון סאָלידאַריטעט מיט שליטן. ווען זיי האָבן אָבער געבעטן אַ דערלויבעניש בײַ דער אַדמיניסטראַציע, האָט מען זיי געזאָגט, אַז ניין, ווײַל דאָס איז עובֿר אויף דער צעשיידונג פֿון קירך און מלוכה. "מיר ווייסן אָבער, אַז דער קריסטלעכער קלוב מאַכט פֿון צײַט צו צײַט יאָ אַ תּפֿילה," האָט נתנאל באַמערקט. "ס׳איז פּשוט נישט יושרדיק."