שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

עפּעס זייער אַ מאָדנע זאַך איז געשען בײַ דער אַרבעט. איך בין, ווי איר, אַ חזנטע אין אַ גרויסער סינאַגאָגע. אַ מאַן פֿון אונדזער מנין, וועמען איך קען נישט זייער גוט, איז אַרײַנגעקומען אין מײַן ביוראָ און האָט פֿאַר מיר אויסדערציילט זײַן האַרץ, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין מיר. ער געדענקט נאָך דעם ערשטן טאָג, וואָס מיר האָבן גערעדט איינער צום אַנדערן, מער ווי דרײַ יאָר צוריק. ער ווייסט, אַז איך האָב אַ מאַן, אָבער האָט געפֿילט, אַז ער מוז מיר דאָס אַנטפּלעקן. האָב איך אים געענטפֿערט, אַז ער האָט מיר נישט געדאַרפֿט דאָס דערציילן; אַז איך פֿיל זיך איצט אומבאַקוועם, און אַז ער דאַרף וויסן, אַז פֿון זײַן ליבשאַפֿט צו מיר וועט גאָרנישט ווערן. דאָס איז געשען נעכטן און איך פֿיל זיך נאָך אַלץ נערוועז, ווײַל איך האָב מורא, אַז עס פֿעלט אים אַ קלעפּקע אין קאָפּ. און ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס איז נישט דער סוף פֿון דער מעשׂה. וואָס זאָל איך טאָן?

אין אַ שלעכטן מצבֿ


טײַערע "אין אַ שלעכטן מצבֿ",

איר זענט געווען גערעכט, וואָס איר האָט דעם מאַן געזאָגט, אַז ער האָט אײַך נישט געדאַרפֿט דערציילן וועגן זײַנע געפֿילן און, אַז ס׳וועט גאָרנישט געשען צווישן אײַך. עס איז אויך נאַטירלעך צו פֿילן זיך נערוועז נאָך דעם. אַ נאָרמאַלער מענטש וואָלט נישט אָנגעהויבן אַזאַ שמועס מיט אַ חתונה־געהאַטער פֿרוי.

איר דאַרפֿט טאָן די ווײַטערדיקע זאַכן: שרײַבט אָן אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן דעם אינצידענט און שיקט אים איבער צו דעם מענטש בײַ דער אַרבעט, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט זיכערקייט און מיטן פּערסאָנאַל. אײַער באַריכט דאַרף זיך געפֿינען בײַ זיי. טרעפֿט זיך מער נישט מיט דעם מאַן און מײַדט אויס אַלע מינים קאָמוניקאַציע מיט אים. אַ מענטש וואָס איז נישט־סטאַביל, קען פֿאַלש אויסטײַטשן אַ פּשוטן שמייכל אָדער אַ באַגריסונג. איך וואָלט עס אויך דערציילט דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער סינאַגאָגע. זיי דאַרפֿן וויסן וועגן דעם, כּדי צו זײַן אויף דער וואַך ווען דער דאָזיקער מאַן קומט אַרײַן צו אײַך. עס קען זײַן, אַז אַנדערע האָבן אויך געהאַט "אינצידענטן" מיט אים. זאָל דער ראָש פֿון זיכערקייט אויספֿאָרשן דעם מאַנס ביאָגראַפֿיע.

עס קען אײַך דאַכטן, אַז מע מאַכט אַ "צימעס" פֿון גאָרנישט, אָבער אײַער זיכערקייט און די זיכערקייט פֿון אַנדערע איז דאָס וויכטיקסטע!


טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿרטע סינדי איז לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אַן אויטאָ־אומגליק, נאָך דעם ווי זי איז אַוועק פֿון מײַן דירה שפּעט בײַ נאַכט יענעם סוף־וואָך. זי וווינט אַ שעה פֿון מיר. דאָס געשעעניש האָט זי צערודערט און איצט האָט זי מורא צו פֿירן אַן אויטאָ. איך פֿיל זיך שולדיק. יענעם אָוונט האָט זי מיר געהאָלפֿן צוגרייטן אַ גרעסערע וועטשערע — דאָס הייסט, זי האָט כּמעט אַליין די גאַנצע אַרבעט געטאָן. איך האָב זי געפֿרעגט, צי זי פֿילט זיך בכּוח אַהיימצופֿאָרן און זי האָט געענטפֿערט, אַז יאָ. איך האָב געזען ווי מיד זי זעט אויס, אָבער איך בין נישט געבליבן בײַ מײַנס. ווי אַ חבֿר, האָב איך זיך אויפֿגעפֿירט נישט ריכטיק אין יענעם מאָמענט, און זי איז דערשלאָגן. וואָס קען איך טאָן פֿאַר איר?

שלעכטער חבֿר


טײַערע שלעכטער חבֿר,

דאָס אַחריות פֿאַרן אומגליק טראָגט איר נישט. צי וואָלט איר געדאַרפֿט זײַן מער אײַנגעשפּאַרט, זי זאָל נישט פֿאָרן אַזוי שפּעט? אפֿשר יאָ. צי וועט איר ווײַטער זיך פֿילן שולדיק אין דעם? מסתּמא. זי איז אײַער חבֿרטע און איר דאַרפֿט זי באַשיצן. אָבער נאָר סינדי האָט געקענט באַשליסן צו נעמען די שליסל און אַוועקפֿאָרן אין אויטאָ. נאָר זי האָט געקענט אָפּשאַצן ווי מיד זי איז טאַקע געווען. ווי נאָענט איר צוויי זאָלט נישט זײַן, האָט איר נישט געקענט אַרײַנקריכן אין איר מוח און גוף און דאָס אויסגעפֿינען. דערווײַל, דאַרפֿט איר פֿאָרן צו איר; פֿאַרברענגט מער צײַט מיט איר און האָט געדולד פֿאַר איר. דער עיקר — פֿאַרברענגט מיט איר, ווען זי דאַרף אײַך האָבן.

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024