צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

בײַם אינדיק אַראָפּּ פֿונעם האַרצן אַ שטיין:
זײַן כּלה, די פּֿאַווע, געווען איז צו שיין.

פֿון באָריס סאַנדלער

אויף די שפּורן פֿון "קינד־און־קייט"

אויף אונדזערע פֿריִערדיקע זײַטן פֿון דער רובריק "אויף די שפּורן פֿון קינד־און־קייט" האָט איר געקאָנט לייענען די געשיכטעס וועגן דעם ייִדישן לעגענדאַרן פֿאָלקס־העלד, דעם וויצלינג הערשעלע אָסטראָפּאָלער.

הײַנט הייבן מיר אָן דרוקן די פֿריילעכע, שאַרפֿזיניקע וויצן וועגן דעם ווילנער וויצלינג, באַקאַנט ווי מאָטקע חב״ד.

עס האָט גאָרניט געטראָפֿן!

מאָטל איז אַמאָל אַרײַנגעקומען צו אַ ווילנער גבֿיר. אויפֿן וועג צוריק האָט ער זיך אויסגעגליטשט און איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די טרעפּ. אַלע אין שטוב האָבן געהערט דעם פֿאַל און אַרויסגעלאָפֿן זען, וואָס האָט דאָרט געטראָפֿן. זיי האָבן דערזען מאָטקען ליגן און קרעכצן פֿון ווייטיק.

— וואָס איז דאָ געשען? — האָבן זיי אים געפֿרעגט.

— גאָרניט... — האָט ער זיי קוים געענטפֿערט. — מײַן פּעלץ איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די טרעפּ.

— וואָס זשע האָט דערלאַנגט אַזאַ זעץ?

— פֿאָרשטייט איר מיך, — האָט ער געזאָגט קאַלט, — דער קלאַפּ האָט זיך געהערט, ווײַל איך בין געלעגן אין דעם פּעלץ.

אַ בגד אויף אַלע ימים־טובֿים

מאָטקע חב״ד איז אַ מאָל געקומען אויף אַ חתונה אין אַ צעריסענער קאַפּאָטע. רופֿט זיך צו אים אָן דער מחותּן*:

— פֿע. מאָטקע, ווי שעמסטו זיך ניט קומען צו אַ שׂימחה אין אַזאַ צעריסענער קאַפּאָטע?

— מיט מײַן קאַפּאָטע, — האָט מאָטקע געענטפֿערט, — האָב איך זיך ניט וואָס צו שעמען. דאָס איז אַ בגד, וואָס דינט מיר פֿאַר אַלע ימים־טובֿים: פּסח, למשל, איז אין אים ניטאָ קיין ברעקלעך; שבֿועות איז ער דורך מיט אַ תּיקון**; ראָש־השנה בלאָזט פֿון אים אין אַלע זײַטן; יום־כּיפּור טויג ער אויף כּפּרות; חנוכּה איז ער פֿול מיט לאַטקעס און פּורים צעשיט ער זיך אויף מאָן.

פֿון אַן אויסשטעלונג

באַקאַנטע ייִדן האָבן באַגעגנט מאָטקען גיין אין גאַס.

— פֿון וואַנען גייסטו, מאָטקע? — האָבן זיי אים געפֿרעגט.

— פֿון אַן אויסשטעלונג. — האָט מאָטקע געענטפֿערט.

— וואָס פֿאַר אַן אויסשטעלונג?

— דער בעל־הבית האָט אַרויסגעשטעלט מײַנע כּלי־בית*** אויף דער גאַס.

אַן עצה צום שלאָפֿן

— וואָס פֿאַר אַן עצה טוט מען איך זאָל קענען שלאָפֿן? — האָט געפֿרעגט אַ גבֿיר בײַ מאָטקען.

— לייגט דעם קאָפּ אויפֿן קישן, — האָט מאָטקע געראָטן.

— וואָס רעדט איר? — האָט זיך דער גבֿיר געוווּנדערט, — און אויף וואָס, מיינט איר, איז געלעגן מײַן קאָפּ ביז איצט.

— ביז איצט, — האָט מאָטקע געלאַסן געזאָגט, — איז ער געלעגן אויפֿן שווינדל... דערפֿאַר האָט איר ניט געקענט שלאָפֿן.

לייען און דערצייל

דער פֿריילעכער אויטאָ

פֿון בערל קאָטיק

אויף גאַסן פֿון היימישן ברוקלין,
אין אַ שיינעם, וואַרעמען טאָג,
איז אַ פֿריילעכער אויטאָ געפֿאָרן
און אַ גלעקלדיק לידל צעטראָגט.

די קינדער, דערהערט די קלאַנגען,
ווי בינען געלאָזט זיך נאָך אים,
דעם פֿריילעכן אויטאָ באַפֿאַלן,
דערשמעקט דעם געשמאַקן "אײַזקרים".

און איך בײַ דער זײַט בין געשטאַנען,
ווי אַ קינד, זיך דערפֿילט פּלוצעם פֿרײַ,
דאָס האַרץ האָט געקוועלט און געשפּרונגען,
געריסן מיך צום נאַשערײַ.

ס'האָט ווײַטער געקלונגען דאָס לידל,
מיט קינדערשע קולות צום טאַקט...
ווי ווייניק צום גליק דאַרף מען האָבן —
אַן אויטאָ מיט אײַזקרעם געפּאַקט.



* מחותּן (מעכוטן) — אייגענער, באַטייליקטער

** תּיקון (טיקן) — אויסבעסערונג, פֿאַרריכטונג

*** כּלי־בית (קלע־באַיִס) — שטובזאַכן, מעבל