- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַם אינדיק אַראָפּּ פֿונעם האַרצן אַ שטיין:
אויף די שפּורן פֿון "קינד־און־קייט" אויף אונדזערע פֿריִערדיקע זײַטן פֿון דער רובריק "אויף די שפּורן פֿון קינד־און־קייט" האָט איר געקאָנט לייענען די געשיכטעס וועגן דעם ייִדישן לעגענדאַרן פֿאָלקס־העלד, דעם וויצלינג הערשעלע אָסטראָפּאָלער. הײַנט הייבן מיר אָן דרוקן די פֿריילעכע, שאַרפֿזיניקע וויצן וועגן דעם ווילנער וויצלינג, באַקאַנט ווי מאָטקע חב״ד. עס האָט גאָרניט געטראָפֿן! מאָטל איז אַמאָל אַרײַנגעקומען צו אַ ווילנער גבֿיר. אויפֿן וועג צוריק האָט ער זיך אויסגעגליטשט און איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די טרעפּ. אַלע אין שטוב האָבן געהערט דעם פֿאַל און אַרויסגעלאָפֿן זען, וואָס האָט דאָרט געטראָפֿן. זיי האָבן דערזען מאָטקען ליגן און קרעכצן פֿון ווייטיק. — וואָס איז דאָ געשען? — האָבן זיי אים געפֿרעגט. — גאָרניט... — האָט ער זיי קוים געענטפֿערט. — מײַן פּעלץ איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די טרעפּ. — וואָס זשע האָט דערלאַנגט אַזאַ זעץ? — פֿאָרשטייט איר מיך, — האָט ער געזאָגט קאַלט, — דער קלאַפּ האָט זיך געהערט, ווײַל איך בין געלעגן אין דעם פּעלץ. אַ בגד אויף אַלע ימים־טובֿים מאָטקע חב״ד איז אַ מאָל געקומען אויף אַ חתונה אין אַ צעריסענער קאַפּאָטע. רופֿט זיך צו אים אָן דער מחותּן*: — פֿע. מאָטקע, ווי שעמסטו זיך ניט קומען צו אַ שׂימחה אין אַזאַ צעריסענער קאַפּאָטע? — מיט מײַן קאַפּאָטע, — האָט מאָטקע געענטפֿערט, — האָב איך זיך ניט וואָס צו שעמען. דאָס איז אַ בגד, וואָס דינט מיר פֿאַר אַלע ימים־טובֿים: פּסח, למשל, איז אין אים ניטאָ קיין ברעקלעך; שבֿועות איז ער דורך מיט אַ תּיקון**; ראָש־השנה בלאָזט פֿון אים אין אַלע זײַטן; יום־כּיפּור טויג ער אויף כּפּרות; חנוכּה איז ער פֿול מיט לאַטקעס און פּורים צעשיט ער זיך אויף מאָן. פֿון אַן אויסשטעלונג באַקאַנטע ייִדן האָבן באַגעגנט מאָטקען גיין אין גאַס. — פֿון וואַנען גייסטו, מאָטקע? — האָבן זיי אים געפֿרעגט. — פֿון אַן אויסשטעלונג. — האָט מאָטקע געענטפֿערט. — וואָס פֿאַר אַן אויסשטעלונג? — דער בעל־הבית האָט אַרויסגעשטעלט מײַנע כּלי־בית*** אויף דער גאַס. אַן עצה צום שלאָפֿן — וואָס פֿאַר אַן עצה טוט מען איך זאָל קענען שלאָפֿן? — האָט געפֿרעגט אַ גבֿיר בײַ מאָטקען. — לייגט דעם קאָפּ אויפֿן קישן, — האָט מאָטקע געראָטן. — וואָס רעדט איר? — האָט זיך דער גבֿיר געוווּנדערט, — און אויף וואָס, מיינט איר, איז געלעגן מײַן קאָפּ ביז איצט. — ביז איצט, — האָט מאָטקע געלאַסן געזאָגט, — איז ער געלעגן אויפֿן שווינדל... דערפֿאַר האָט איר ניט געקענט שלאָפֿן. לייען און דערצייל דער פֿריילעכער אויטאָ
פֿון בערל קאָטיק
אויף גאַסן פֿון היימישן ברוקלין,
די קינדער, דערהערט די קלאַנגען,
און איך בײַ דער זײַט בין געשטאַנען,
ס'האָט ווײַטער געקלונגען דאָס לידל,
* מחותּן (מעכוטן) — אייגענער, באַטייליקטער |