די צײַטונג און די פֿאָן פֿון דער באָטווין-ראָטע
די צײַטונג און די פֿאָן פֿון דער באָטווין-ראָטע

מע שאַצט אָפּ, אַז אין די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס, וואָס האָבן זיך אין די 1930ער יאָרן געשלאָגן אין שפּאַנישן בירגערקריג, איז שיִער ניט יעדער פֿערטער געווען אַ ייִד. דאָס הייסט, אַז בסך-הכּל האָבן אַרום 10,000 ייִדן זיך באַטייליקט אין אָט דעם פּרוּוו צו פֿאַרטיידיקן די שפּאַנישע רעפּובליק פֿון דעם גענעראַל פֿראַנקאָס פֿאַשיסטישער דיקטאַטור. די גרעסטע צאָל ייִדן זײַנען געקומען פֿון פּוילן — 2,250, אָדער 45 פּראָצענט פֿון אַלע פּוילישע וואָלונטירן; פֿון אַמעריקע זײַנען געקומען 1,250 ייִדישער וואָלונטירן (38 פּראָצענט); פֿון פֿראַנקרײַך — 1,043 (15 פּראָצענט).

אין פֿראַנקרײַך, האָט מען אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי באַשלאָסן אָפּצומערקן די ראָלע פֿון די ייִדישע וואָלונטירן דורך שאַפֿן אַ באַזונדערן ייִדישן מיליטערישן טייל. די דאָזיקע איניציאַטיוו האָט מען אונטערגעהאַלטן. די ייִדישע ראָטע האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון נפֿתּלי באָטווין. דער דאָזיקער יונגער פּוילישער קאָמוניסט איז באַקאַנט געוואָרן, ווען ער האָט אין יולי 1925 דערהרגעט אַן אַגענט פֿון דער פּוילישער פּאָליציי.

אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג האָט מען באָטווינס, אין תּוך אַרײַן, טעראָריסטישן אַקט אָפּגעשאַצט ווי אַ מוסטער פֿון רעוואָלוציאָנערער העלדישקייט. דער סאָוועטישער שרײַבער אַבֿרהם וועוויאָרקע האָט אָנגעשריבן די פּיעסע "נפֿתּלי באָטווין" (1929), און אַ ביכל, אויך אונטער דעם זעלבן טיטל, האָט אין יאָר 1935 אָנגעשריבן דער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט בער גרין. די פּוילישע יוסטיץ האָט אָבער זײַן אויפֿטו אָפּגעשאַצט אַנדערש — באָטווינען האָט מען פֿאַרמישפּט צום טויט.

די באָטווין-ראָטע איז פֿאָרמירט געוואָרן אין דעצעמבער 1937. געדינט האָבן אין איר בערך 150 וואָלונטירן פֿון פּוילן, ווי אויך פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, ארץ-ישׂראל און שפּאַניע. די ראָטע איז געווען אַ טייל פֿון דער פּוילישער אינטערנאַציאָנאַלער בריגאַדע. די בריגאַדע האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון יאַראָסלאַוו דאָמבראָווסקי, דעם פּוילישן נאַציאָנאַלן העלד, וואָס איז אויך געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון דער פּאַריזער קאָמונע (אין יאָר 1871). אַ חוץ דער באָטווין-ראָטע, האָט די בריגאַדע געהאַט אויך אַ טאַראַס שעווטשענקאָ-ראָטע, וווּ עס האָבן געדינט, דער עיקר, אוקראַיִנער און ווײַסרוסן.

די געשיכטע פֿון דער באָטווין-ראָטע איז אויסגעפֿאָרשט אין די פּובליקאַציעס פֿון דעם האָלענדיש-געבוירענעם געלערנטן הערבען זאַאַגסמאַ. אים האָט באַזונדערס אינטערעסירט די ראָלע פֿון דער פּאַריזער ייִדישער פּרעסע, ווי אַ שפּיגל פֿון די געשעענישן אין שפּאַנישן בירגערקריג. זען: http://ucl.academia.edu/GerbenZaagsma

שלום שוואַרצבאַרד

שלום שוואַרצבאַרד
שלום שוואַרצבאַרד

דאָס איז פֿאָרגעקומען אין פּאַריז, ניט ווײַט פֿון בולוואַר סענט-מישעל, דעם 25סטן מײַ 1926. צו סימאָן פּעטלוראַ איז צוגעגאַנגען אַן אומבאַקאַנטער מאַנצביל און האָט אים געפֿרעגט, צי יענער איז טאַקע פּעטלוראַ, און דערנאָך אָנגעהויבן שיסן: פֿינף מאָל, און נאָך צוויי מאָל, ווען פּעטלוראַ איז שוין געלעגן אויף דער ערד. די פֿראַנצויזישע פּאָליציאַנטן, וועלכע זײַנען צוגעלאָפֿן, האָט דער מאַנצביל דערקלערט: "איך האָבן דערהרגעט אַ גרויסן מערדער".

אָפּגעטאָן האָט עס שלום שוואַרצבאַרד (1886—1938), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין דער בעסאַראַבער שטאָט איזמאַיִל, דעמאָלט אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע. שפּעטער האָט די משפּחה געוווינט אין באַלטע, אוקראַיִנע. דאָרטן איז שוואַרצבאַרד געוואָרן אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ זייגערמאַכער. אויך דאָרטן איז ער אַרײַן אין אַ באָלשעוויסטישער גרופּע, וואָס האָט געהייסן "פֿונק" — לויט דעם נאָמען פֿון דער צײַטונג "איסקראַ" ("פֿונק" אויף רוסיש), וועלכע עס האָט רעדאַקטירט וולאַדימיר לענין.

שוואַרצבאַרד איז געווען אַ מיטגליד פֿון אַ זעבסטשוץ-מחנה, וואָס מע האָט פֿאָרמירט אין באַלטע צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון פּאָגראָמען. אים, אַ בונטאַר, האָט די רוסישע פּאָליציי אין משך פֿון דרײַ חדשים געהאַלטן אין תּפֿיסה. כּדי אויסצומײַדן אַ ווײַטערדיקן אַרעסט, איז ער אַוועק קיין עסטרײַך-אונגאַרן. אָבער אויך דאָרטן האָט שוואַרצבאַרד זיך קיין רויִק לעבן ניט געזוכט. אין 1909 האָט ער זיך באַטייליקט אין אַן אַנאַרכיסטישן אַקט פֿון "עקספּראָפּריאַציע" פֿון אַ באַנק אין ווין. מע האָט אים געכאַפּט און געמישפּעט. אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין בודאַפּעסט, וווּ מע האָט אים ווידער אַרעסטירט, ווײַל ער האָט געפּרוּווט באַראַבעווען אַ רעסטאָראַן. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַרויסגעשיקט פֿון עסטרײַך-אונגאַרן.

אין 1910 האָט שוואַרצבאַרד זיך באַזעצט אין פּאַריז, זיך אײַנגעאָרדנט צו אַרבעטן אין אַ זייגער-פֿאַבריק. אין 1914 האָט ער זיך פֿאַרשריבן ווי אַ וואָלונטיר אין דעם פֿראַנצויזישן לעגיאָן, זיך באַטייליקט אין דער ערשטער וועלט-מלחמה. שפּעטער האָט ער זיך געלאָזט קיין רוסלאַנד, געדינט אין דער רויטער אַרמיי. אין 1920 איז ער ווידער געקומען קיין פּאַריז און זיך אומגעקערט צו זײַן ציווילער מלאָכה — זייגערמאַכערײַ. גלײַכצײַטיק איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער אַנאַרכיסט.

שוואַרצבאַרד האָט דערשאָסן סימאָן פּעטלוראַן, ווײַל ער האָט געהאַלטן דעם געוועזענעם נאַציאָנאַליסטישן פֿירער פֿון דער אוקראַיִנישער רעפּובליק פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די שרעקלעכע פּאָגראָמען אין יאָר 1919. בעת דעם געריכט, אין אָקטאָבער 1927, האָט מען שוואַרצבאַרדן געפּרוּווט באַשולדיקן אין הרגענען אַ פּאָליטישן טוער, וואָס האָט כּלומרשט ניט געהאַט קיין דירעקטן שײַכות צו די פּאָגראָמען. דערצו האָט מען געטענהט, אַז שוואַרצבאַרד איז געווען אַ סאָוועטישער אַגענט. שוואַרצבאַרדס אַדוואָקאַט, אָבער, האָט אים פֿאַרטיידיקט ווי אַ נקמה-נעמער. דער פּאַריזער געריכט האָט מסכּים געווען מיטן אַדוואָקאַט און פֿרײַגעזאָגט שוואַרצבאַרדן.

נאָך דעם געריכט האָט שוואַרצבאַרד געוואָלט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, אָבער די בריטישע אַדמיניסטראַציע האָט אים קיין וויזע ניט געגעבן. בינו-לבינו, האָט ער זיך אַ קער געטאָן צו ליטעראַרישער טעטיקייט, צו וועלכער עס האָט אים געצויגן אויך פֿריִער. אין 1920 איז אין פּאַריז אַרויס זײַן פּאָעטיש זאַמלבוך "טרוימען און ווירקלעכקייט". אין 1933 האָט מען אין שיקאַגאָ אַרויסגעגעבן זײַן בוך "אַ קריג מיט זיך אַליין" און אין 1934, אויך אין שיקאַגאָ, "אינעם לויף פֿון יאָרן".

געשטאָרבן איז שוואַרצבאַרד אין דרום-אַפֿריקע, וווּהין ער איז געקומען מיט אַ שליחות צו זאַמלען געלט פֿאַר דער ייִדישער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע".