די פּערזענלעכקייט פֿונעם פֿראַנצויזישן אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט איז אַזוי פּאָפּולער געווען, אַז אויך דער ייִדישער פֿאָלקלאָר האָט נישט אויסגעמיטן אים צו דערמאָנען. דאָס פֿאָלק איז שאַרף אויף דער צונג, האָט אויך דער גרויסער אימפּעראַטאָר און זײַנע גענעראַלן אַרײַנגעכאַפּט אַ פּאָרציע שטעכיקע וויצן.
נאַפּאַלעאָן און זײַן קעלנערל
מע דערציילט וועגן נאַפּאָלעאָנען, אַז זײַן מאַמע, די ערד זאָל זי דאָרט אַרויסוואַרפֿן, איז געווען אַ כּישוף־מאַכערין. האָט זי אין איין נאַכט געזייט לײַן, געמאַכט פֿלאַקס, געוועבט לײַוונט און גענייט דעם זון אַ העמדל. זי האָט געזאָגט: "איצט, מײַן זון, גיי, דו וועסט די גאַנצע וועלט אײַננעמען און אַלע וועלן ציטערן פֿאַר דיר. נאָר וויסן זאָלסטו, אַז דאָס וועט זײַן ביז דאָס קעלנערל וועט אָנהייבן שוויצן. דאָס איז אַ סימן, אַז דו האָסט פֿאַרלוירן דײַן מאַכט און דו מוזסט אַוועקלייגן דײַן שווערד". און אַזוי איז טאַקע געווען. ווען דאָס קעלנערל האָט אָנגעהויבן שוויצן, האָבן זײַנע שׂונאים אים באַזיגט.
נאַפּאָלעאָן און דער קאָזשעניצער מגיד
מע דערציילט בײַ אונדז, אַז ווען נאַפּאָלעאָן האָט געפֿירט די גרויסע מלחמה, האָט אין יענער צײַט אין קאָזשעניץ געלעבט דער מגיד. ווען נאַפּאָלעאָן איז אַדורכגעגאַנגען קאָזשעניץ, איז ער אַרײַנגעגאַנגען צום מגיד און האָט געפֿרעגט, צי ער וועט געווינען די מלחמה. האָט דער מגיד אים געענטפֿערט, אַז נאַפּאָלעאָנען "מאַכט נפֿול־יפּול". דאָס הייסט, "געפֿאַלן". און אַזוי איז טאַקע געווען.
נאַפּאָלעאָן און דער רימענעווער
ווען נאַפּאָלעאָן האָט זיך גערוקט אויף רוסלאַנד, זײַנען דעמאָלט געווען צוויי צדדים, וואָס האָבן געוואָלט, אַז דער אָדער יענער זאָל אײַנגענומען ווערן. דער קאָזשעניצער און דער רימענעווער האָבן שטענדיק געהאַט אַ פֿאַרקערטע דעה אין דעם ווער ס'וועט געווינען די שלאַכט. דער קאָזשעניצער האָט געוואָלט, אַז נאַפּאָלעאָן זאָל געווינען, און דער רימענעווער, דערציילט מען, האָט געזען ברוח־הקודש, אַז נאַפּאָלעאָן וועט פֿאַרשפּילן.
בײַ דער מגילה האָט ער געלייענט אויפֿן פּסוק נפֿל תּפּול — נאַפּאָלעאָן תּפּול. דערציילט די וועלט, אַז ער איז געשטאַנען פֿאַר פּסח בײַ די מצות, און בײַ יעדער פּאָר מצות וואָס מע האָט אַרויסגענומען פֿון דעם אויוון, האָט ער געזאָגט: "נאָך הונדערט, נאָך טויזנט זעלנער פֿון נאַפּאָלעאָנס חייל וועלן פֿאַלן!" און אין דער מלחמה זײַנען טאַקע דעמאָלט געפֿאַלן אַ סך זעלנער. ביז מ'האָט זיך פֿון הימל אַרײַנגעמישט, ער זאָל מער ניט טשעפּען.
איבערגעפּלאָנטערט!
אַ כעלעמער ייִד איז צום ערשטן מאָל אַרויסגעפֿאָרן פֿון זײַן שטעטל. געוואָלט אַ קוק טאָן, וואָס עס טוט זיך אויף גאָטס וועלט. געקומען קיין לובלין, האָט ער גענומען מעסטן די גרויסע גאַסן און געסלעך, און ניט באַמערקט, ווי עס איז געוואָרן נאַכט.
מיט גרויסע צרות האָט ער זיך דערשלעפּט צו אַן אַכסניה, אַ גאַסטהויז. אַרײַנגעגאַנגען אַהין, האָט ער געבעטן דעם באַלעבאָס יענער זאָל אים געבן אַ צימער איבערצונעכטיקן. גאַנץ פֿרי, מיט די ערשטע הענער, וועט ער דאַרפֿן לויפֿן ווײַטער. די וועלט איז דאָך גרויס.
דער באַלעבאָס האָט אָבער צעפֿירט מיט די הענט: "אַלץ איז פֿאַרנומען!" ווי זשע גיט מען זיך אַן עצה. לאָזן אַ ייִד אין דרויסן? פּאַסט ניט! האָט ער אים געזאָגט: "עס האָט זיך בײַ מיר אין גרויסן צימער אָפּגעשטעלט נאַפּאָלעאָנס גענעראַל. ער כראָפּעט שוין, ווי אַ חזיר. וועט איר איבערשלאָפֿן אין דעם צימער אין אַ ווינקל אויף דער פּאָדלאָגע. גאַנץ פֿרי וועל איך אײַך אויפֿוועקן און לויפֿט זיך געזונטערהייט."
באַגינען, עס איז נאָך געווען פֿינצטער, האָט דער באַלעבאָס פֿון דער אַכסניה אויפֿגעוועקט דעם כעלעמער ייִד. ס'איז נאָך געווען פֿינצטער, האָט ער בײַם אָנטאָן איבערגעפּלאָנטערט זײַנע בגדים מיטן גענעראַלס. אַזוי איז ער שוין אַנטלאָפֿן.
ער לויפֿט איבער דער גאַס און אַנטקעגן אים שטעלט זיך אָפּ אין פֿראָנט אַ סאָלדאַט. ווײַטער — נאָך עטלעכע סאָלדאַטן, לייגן צו די האַנט צום היטל און געבן אים אָפּ כּבֿוד. לויפֿט ער אַרײַן אין אַ גרויסן פּאַרק, האָט זיך פֿאַר אים אויסגעצויגן אין דער גאַנצער לענג אַן אָפֿיציר.
"וואָס טוט זיך דאָ?" — האָט אַ טראַכט געטאָן דער ייִד. זינט ער לעבט אויף דער וועלט, האָט אים נאָך קיינער אַזוי ניט באַגעגנט. אַן אָנגעשראָקענער בלײַבט ער שטיין בײַם וואַסער פֿון אַ שיינעם פֿאָנטאַן. וויל ער זיך אָפּפֿרישן דאָס פּנים: אפֿשר שלאָפֿט ער נאָך און זעט אַ משוגענעם חלום. ער בייגט זיך אָן און זעט אין וואַסער אַן אָפּשפּיגלונג: אַ ייִד, ענלעך צו אים, אָבער אויפֿן קאָפּ טראָגט ער אַ גרויסאַרטיק גענעראַליש היטל, מיט דער גלאַנצנדיקער קאָקאַרדע אין מיטן. ער טאַפּט זיך אָן — ס'איז ניט זײַן קאַפּאָטע, נאָר אַ פֿרענטש מיט גילדענע קנעפּלעך.
— גוואַלד! — האָט ער אויסגעשריִען. — אַ וויסטע מפּלה אויף דעם באַלעבאָס פֿון דער אַכסניה! ער האָט דאָך אויפֿגעוועקט ניט מיך, נאָר דעם גענעראַל!