ביז זײַן פּטירה מיט אַ בערך 20 יאָר צוריק, איז הרבֿ סאָלאָווייטשיק געווען דער רבֿ מיטן "הא הידיעה", פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. ער האָט געדינט ניט נאָר ווי ראָש־הכּולל פֿון באָסטאָן, נאָר אויך ווי דער הויפּט־ראָש־ישיבֿה פֿון "ישיבֿת רבינו יצחק אלחנן" אין ניו־יאָרק. דאָרט האָט ער געזאָגט זײַנע לומדישע שיעורים אין ש״ס און פּוסקים פֿאַר טויזנטער תּלמידים — צוקונפֿטיקע רבנים אין אַמעריקע — פֿאַר איבער 40 יאָר. דעריבער איז דער "רבֿ", ווי זײַנע תּלמידים האָבן אים גערופֿן — געווען באַקאַנט ווי אַ ראָש־ישיבֿה און פּוסק. ער איז אויך געווען אַ מנהיג פֿונעם מער מאָדערנעם פֿליגל פֿון דער אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסיע. ער איז געווען דער מנהיג רוחני פֿון די "מזרחי" און "הסתּדרות־הרבנים" אין אַמעריקע, און האָט גענומען פֿעסטע שטעלונגען בנוגע כּל־המינים פּראָבלעמען, וואָס האָבן באַרירט די ייִדישע קהילה אין לאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

פֿון צײַט צו צײַט האָט ער אויך געהאַלטן לעקציעס און דרשות אין פֿאַרשיידענע פּלעצער, למשל, אין "ישיבֿת ר׳ יצחק אלחנן" אָדער אין דער "מוריה־שיל" (דאָרט האָט ער געדינט ווי דער רבֿ) אין ניו־יאָרק, אָדער אין באָסטאָן. ער האָט אַפֿילו געהאַלטן לעקציעס אין סעקולערע אוניווערסיטעטן ווי "קאָלומביע" און "ראָטגערס". די דאָזיקע רעדעס און דרשות זענען מערסטנס באַשטאַנען פֿון אַ פֿילאָסאָפֿישן כאַראַקטער: וועגן מחשבֿות היהדות, וועגן דער השקפֿה פֿון יהדות איבער דער מענטשהייט, און גאָט און די וועלט.

אָבער ער איז אויך געווען אַ רבֿ אויפֿן אַמאָליקן ליטווישן שטייגער — פּשוטו כּמשמעו — און ניט נאָר אַ שטאָט־רבֿ, נאָר אויך אַ מגיד־מישרים. ווי אַ ליטווישער למדן און אַן אייניקל פֿון דעם בריסקער גאָון ר׳ חיים הלוי סאָלאָווייטשיק האָט ער געדרשנט אין הלכה ואגדה. דאָס הייסט, ער האָט גערעדט אין דרש און אין לומדות, אָבער ווי אַ מגיד האָט ער אויך געדרשנט פֿאַרן המון־עם, אַזוי ווי אין דער אַלטער היים. הרבֿ צבֿי שעכטער שליט״א, דער תּלמיד מובֿהק פֿונעם "רבֿ", און דער איצטיקער ראָש־ישיבֿה אין "ישיבֿת ר׳ יצחק אלחנן" ברענגט אַראָפּ אַן אינטערעסאַנטן עפּיזאָד אין זײַן ספֿר "נפֿש הרבֿ". ער שרײַבט (ז׳ 31), אַז אַ קריטיקער האָט באַמערקט צום "רבֿ" נאָך זײַנס אַ דרשה, אַז ער איז אַ שׂחקן, אַן אַקטיאָר. דער רבֿ האָט נישט געלייקנט די דאָזיקע "קריטישע" באַמערקונג, נאָר האָט מיט שטאָלץ געענטפֿערט, אַז דראַמע איז אַ טייל פֿונעם פּראָצעס פֿון קאָמוניקאַציע. דאָס הייסט, אַז דער "רבֿ" האָט פֿאַרשטאַנען וואָס גייט אַרײַן אין אַ גוטער דרשה, און ווי מע דערגרייכט דעם מוח און האַרץ פֿונעם צוהערער. דער "רבֿ" איז אין זײַן פּערזאָן ניט נאָר געווען אַ רבֿ פֿונעם אַלטן חדר, נאָר אויך אַ מגיד פֿון דער העכסטער מדרגה.

אַן אינטערעסאַנטער עדות איבערן כּוח־הדרוש און השפּעה פֿון "רבֿס" דרשות קומט פֿון אַ מערקווירדיקן שרײַבער, נאַט הענטאָף, פֿונעם "ווילעדזש וואָיס". הענטאָף איז פֿאַר אַ סך יאָרן געווען דער מוזיק־קריטיקער פֿונעם ניו־יאָרקער "קאָנטער־קולטור". אין זײַן בוך זכרונות מיטן נאָמען "באָסטאָן בוי", דערציילט הענטאָף וועגן דעם כּוח־הדרוש פֿונעם "רבֿ" און דער השפּעה, וואָס ער האָט געהאַט מיטן דאָזיקן כּוח, נישט געקוקט אויף דעם וואָס הענטאָף איז געבליבן אַ סעקולערער ייִד. ער האָט קלאָר געדענקט די שיינקייט פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיקס דרשות נאָך פֿון זײַנע קינדער־יאָרן.

דער "רבֿ" איז אַחוץ זײַן גדלות אין לומדות, אויך געווען אַן אויסגעצייכנטער דרשן און מגיד. געוויינטלעך, אַז מע לייענט דרשות אויף פּאַפּיר איז מען נישט מרגיש — מען פֿילט ניט די גדלות פֿון דער דרשה. למשל, איך האָב שוין געלייענט דרשות פֿון די גרעסטע מגידים און נאָכן לייענען, זיך געפֿרעגט — מה רעש? וואָס עפּעס איז דער דרשן אַזוי באַרימט? אין דרוק פֿאַרלירט די דרשה אָפֿט איר גלאַנץ. אָבער דעם "רבֿס" דרשות אויף פּאַפּיר זײַנען פֿול מיט לומדות און חכמה; אַפֿילו דער דורכשניטלעכער לייענער קען ווערן באַגײַסטערט פֿון זיי.

אין דעם נײַעם ספֿר האָבן מיר אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרשיידענע רעדעס און דרשות, וואָס דער "רבֿ" האָט געהאַלטן, אין ייִדיש, אין פֿאַרשיידענע צײַטן. אויך זײַנען איבערגעדרוקט געוואָרן אַ סעריע ממרים אין ייִדיש, וואָס דער "רבֿ" האָט געשריבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע מיט אַ סך יאָרן צוריק.

ייִדיש איז געווען דעם "רבֿס" מאַמע־לשון. אויף דער שפּראַך האָט ער געפֿירט זײַן משפּחה־לעבן און בעת זײַן ראָלע ווי דער מנהיג רוחני. דער "רבֿ" איז געווען אַ שטאַרקער אָנהענגער פֿון ייִדיש — געווען אַקטיוו אין ייִוואָ, און אינעם בוך זײַנען פֿאַראַן דרשות, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַרן ייִוואָ און בײַם "אַרבעטער־רינג" אין באָסטאָן.

ער איז אויך געווען באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און מיט ייִדישע שרײַבער ווי י. ל. פּרץ, חיים גראַדע, יצחק באַשעוויס און שלום אַש (וועמען ער קריטיקירט שטאַרק). אָבער ער איז נישט געווען קיין ייִדישיסט. פֿאַר אים איז דער הויפּטציל פֿון ייִדישקייט געווען די מסורה פֿון דער ייִדישער רעליגיע, דהײַנו: ש״ס ופּוסקים, תּורה און מצוות. לכתּחילה, איז ייִדיש זיכער געווען די בעסטע שפּראַך אויף דעם דאָזיקן געביט. אָבער די ווירקלעכקייט פֿון אַמעריקע האָט דערפֿירט דערצו, אַז בערך אין 1960 האָט דער רבֿ אָנגעהויבן זאָגן זײַנע שיעורים אויף ענגליש צוליבן פֿאַקט, אַז אַ גרויסער טייל היגע תּלמידים האָבן מער ניט געקענט קיין ייִדיש. נישט געקוקט אויף דעם, האָט ער געהאַלטן זײַנע ספּעציעלע יאָרצײַט־שיעורים אויף מאַמע־לשון.

דער חשובֿער רעדאַקטאָר פֿונעם ספֿר, ד״ר דוד פֿישמאַן פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", מאַכט אַ טרעפֿלעכע באַמערקונג אין זײַן פֿײַנער הקדמה — אַז אין די כּתבֿ־ידן פֿון די דרשות און אין דער שפּראַך איז קענטיק, אַז דער "רבֿ" האָט גערעדט אַ פּרעכטיקן ליטווישן ייִדיש און פֿאַר וואָס ניט? ער איז דאָך געווען אַן אוראייניקל פֿון ר׳ חיים וואָלאָזשינער, דער גרויסער תּלמיד פֿונעם ווילנער גאָון, רבינו אליהו.

אין די דרשות איז קענטיק, אַז דער "רבֿ" רעדט אין גײַסט און אין דרך פֿונעם ליטווישן פֿרומען ייִדנטום. ער רעדט מיט און וועגן לומדות; דאָס הייסט, ש״ס און פּוסקים. אָבער דער "רבֿ" איז אויך גאַנץ באַהאַוונט אין דער אינטעלעקטועלער וועלט פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, און איז ניט איזאָלירט פֿון דער ברייטער וועלט. דער "רבֿ" רעדט מיט שטאָלץ וועגן אַמעריקע, איבער דער נײַער וויסנשאַפֿט, און בעיקר, איבער דער נײַער מדינה — מדינת־ישׂראל. אַזוי ווי זײַנע גײַסטיקע אָבֿות, ווי דער נצי״ב פֿון וואָלאָזשין, זײַן טאַטע הרבֿ משה, און ס׳רובֿ רבנים פֿון ליטע, מאָנט ער תּורה און מיצוות. ער קעמפֿט קעגן אַסימילירטן עם־הארצות, די ווערטן פֿון נצרות, גשמיות און דער סעקולערער וועלט. לײַדער, איז די אָרטאָדאָקסיע הײַנט אין אַמעריקע אונטער דער שטאַרקער השפּעה פֿון די אונגערישע און חסידישע גרופּעס, און אַפֿילו די אַזוי־גערופֿענע ליטווישע ישיבֿות האָבן אַדאַפּטירט די השקפֿה פֿון די גאַליציאַנער און אונגערישע חרדים: מדינת־ישׂראל איז טרייף־פּסול; למודי־חול איז נאָר אויף פּרנסה. תּורה און דרך־ארץ איז געוואָרן תּורה אָן דרך־ארץ.

איך דערמאָן זיך, אַז מיט יאָרן צוריק האָב איך געהערט ווי הרבֿ סאָלאָווייטשיק האָט גערעדט וועגן דעם גרינדער פֿון חב״ד חסידות, דער גרויסער צדיק און גאָון ר׳ שנאור־זלמן, דער בעל־התּניא. דער רבֿ האָט אים באַצייכנט ווי אַ מאַן וואָס איז געווען "שיכּור" מיט געטלעכקייט; זײַן מוח און האַרץ האָבן געלעכצט נאָך אלקות, ווי חסידים זאָגן — "בבחינת כּל עצמותי תאמרנה" — "אַלע גלידער דערהייבן דעם כּוח־אלוקות."

די אַרויסגעבער פֿונעם ספֿר קומט אַ גרויסער יישר־כּוח פֿאַר דער דאָזיקער אַרבעט. ווי שוין דערמאָנט, האָט דער רעדאַקטאָר פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן צוגעגעבן אַ שיינע הקדמה, וואָס איז שטאַרק ניצלעך בײַם לייענען דעם ספֿר. עס קומט אויך אַ גרויסער יישר־כּוח פֿאַר די טראַנסקריפּציעס, וואָס איז געווען אַ שווערע מלאָכה; צווישן אַנדערע, מײַן חבֿר הרבֿ צבֿי־הירש שוואַרץ. האָפֿנטלעך, וועט דער דאָזיקער ספֿר עפֿענען די אוצרות פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיק פֿאַר דעם ייִדיש־לייענער איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט.