שפּראַך־קענער האָבן וועגן וואָס צו רעדן (שמואל פּערלין שטייט אין מיטן)
שפּראַך־קענער האָבן וועגן וואָס צו רעדן (שמואל פּערלין שטייט אין מיטן)

"דאָס איז אַלץ בלויז אַ תּירוץ", שרײַבט מײַן מאַמע אין ניו-יאָרק, "קום שוין אַהיים!" און איך דאַרף טאַקע מודה זײַן, אַז ס׳איז אפֿשר ניט כּדאַי און פּאַסיק פֿאַר מיר — אַן איין-און-איינציקן זון און אַ שטיקל ייִדישיסט דערצו — אַרומצובלאָנדזשען 9,000 מײַל פֿון משפּחה און פֿרײַנד. בײַם אָנהייב האָב איך זיך געלערנט כינעזיש אין פּעקין, כּדי טיפֿער אַרײַנצוגיין אין דער כינעזישער קולטור, סײַ אין דער אַלטער און סײַ אין דער מאָדערנער — אָבער סוף-כּל-סוף האָּב איך געניצט כינעזיש ווי אַ שליסל צו די אומבאַקאַנטע שפּראַכן פֿון כינעס פֿאַרשיידענע מינדערהייטן. אַזוי ווי מינדערהייט-שפּראַכן אומעטום, שטייען די דאָזיקע לשונות אין סכּנה צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַן אָפֿיציעלער שפּראַך, אין דעם פֿאַל, "מאַנדאַרין" כינעזיש.

נאָכן גראַדויִרן פֿון קאָלעדזש בין איך געפֿאָרן קיין לאָנדאָן זיך לערנען אין דער איינציקער מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿאַר דאָקומענטירן די קלענערע, ווייניק- אָדער ניט-געפֿאָרשטע שפּראַכן. דעמאָלט האָב איך אַנטדעקט אין די פֿאַר-מלחמהדיקע קוואַלן עטלעכע נעפּלדיקע באַמערקונגען וועגן "טרונג", אַ שפּראַך פֿון כּמעט 12,000 רעדערס, וואָס האָט אַן אוראַלטן שײַכות צו טיבעטיש און בירמאַניש, און ווערט גערעדט אין צוויי טאָלן פֿון דער פּראָווינץ יונאַן (Yunnan) אין מערבֿ־כינע, לעבן דער גרענעץ מיט בירמע און טיבעט אין די הימאַלאַיען־בערג — מיט איין וואָרט, אין די הרי-חושך.

וואָס מיינט דאָס — אַ שפּראַך אין סכּנה? פֿאַרן אָנהייב פֿון מײַן פּראָיעקט, מיט דרײַ יאָר צוריק, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ סאָציאַָ־לינגוויסטישער אַנקעטע אין די דערפֿעלעך, וווּ מע קען הערן אַ טרונג־וואָרט. וואָס האַלט דער עולם וועגן זייער אייגענער שפּראַך? פֿאַר וואָס לערנען זיך די ייִנגערע דורות ניט קיין עכט און פֿולבלוטיק טרונג, און פֿאַר וואָס פֿאַרגעסט מען די שפּראַך נאָכן באַזעצן זיך אין אַ שטאָט? די סיבות זײַנען פֿאַרשיידענע. אָבער ס׳איז פּשוט צו דערקלערן, אַז בײַ די כינעזער זײַנען די טרונג אַ פֿאָלק פֿון די קדמונים, וואָס האָבן נאָר וואָס אָפּגעלאָזט "האַקן און ברענען־אַגריקולטור" און דעם גלויבן אין רוחות. און אַז מע קוקט קרום אויף אַ פֿאָלק, קוקט מען אויך קרום אויף זייער שפּראַך. עס העלפֿט ניט דערבײַ צו זאָגן דעם וויסנשאַפֿטלעכן אמת, אַז יעדע שפּראַך איז "גלײַך" און אַ יחיד־במינו פֿון אַ לינגוויסטישן קוקווינקל.

בלויז אין די לעצטע יאָרן האָב איך פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, אויסגעקליבן אַן אויסלייג צו ניצן (טרונג האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין אותיות), געזאַמלט די ערשטע טויזנטער ווערטער פֿאַר אַ ווערטערבוך, רעקאָרדירט מעשׂיות, שמועסן, פֿאָלקס-לידער, און אַזוי ווײַטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַרבעט איז געווען אַ קאָמפּליצירטע — ניט נאָר קויפֿן דאָס געצײַג פֿון אַ מאָדערנעם "פֿעלד-לינגוויסט" (די רעקאָרדירקע, די מיקראָפֿאָנען, אַ ווידעאָ-קאַמעראַ, קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען וכּ׳), נאָר אויך זיך באַקענען מיט טרונג־אָנפֿירער און כּלל-טוער, און טאַקע מיטן גאַנצן ציבור. צוגעוווינען זיך צו אַזאַ פֿרעמדן, פּויערישן לעבנס-שטייגער איז געווען שווער פֿאַר אַ מאַנהעטענער, אָבער ס׳איז נאָך שווערער צו האָבן צו טאָן מיט דער טרויעריק־באַרימטער כינעזישער ביוראָקראַטיע!

מײַן אייגענער פּראָיעקט איז אַ טייל פֿון דעם "הימאַלאַיען שפּראַכן־פּראָיעקט" פֿון ליידען־אוניווערסיטעט אין האָלאַנד, וואָס האָט פֿאַר אַ ציל צו דאָקומענטירן די אַלע לשונות פֿון דעם גרויסן ראַיאָן — ער ציט זיך פֿון צפֿון־פּאַקיסטאַן ביז מערבֿ־כינע. בײַ זיי איז וויכטיק אָנצושרײַבן אַן אַקאַדעמיש גראַמאַטיק-בוך פֿון טרונג, וואָס דערפֿאַר זײַנען זיי גרייט צו געבן אַ דאָקטאָראַט. די פֿינאַנציעלע שטיצע האָב איך באַקומען פֿון דער "דאָקומענטאַציע-פּראָגראַם פֿאַר שפּראַכן אין סכּנה" אין לאָנדאָן, וואָס פֿאָדערט קלאָרע רעקאָרדירונגען מיט טראַנסקריפּציעס און איבערזעצונגען, מע זאָל אַלץ קענען דעפּאָנירן אין זייער נײַעם אַרכיוו פֿון שפּראַכן אין סכּנה. דאָס וויכטיקסטע אַחריות ליגט אויף דעם טרונג־ציבור גופֿא, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אין אַ דרײַ-שפּראַכיק ווערטערבוך (טרונג-כינעזיש-ענגליש), לערנביכער פֿאַר די שולן, דרך-ארץ און מאָדערניזאַציע.

איז וואָס פֿאַראַ טאָג-טעגלעכע אַרבעט איז דאָס? קודם-כּל, מוז מען וווינען צוזאַמען אין די דערפֿעלעך בײַ די טרונג־משפּחות — קיין אַנדער מיטל זיך צו לערנען איז ניטאָ. ווען איך אַליין וועל קענען רעדן טרונג ווי אַ וואַסער (זאָל זײַן באַלד!), וועט אַוודאי זײַן שענער, אָבער דערווײַל דאַרף איך רעדן אַ געמיש פֿון טרונג מיט כינעזיש, וואָס דער ייִנגערער דור קען פֿאַרשטיין. איך האָב געפֿונען עטלעכע עלטערע מענטשן, שפּראַך-מבֿינים, וואָס קענען די נעמען פֿון בלימעלעך און ביימער און טראַדיציאָנעלע זאַכן, און זײַנען בעלנים מיך צו לערנען — דער איינציקער מענטש פֿון אויסלאַנד, וואָס זיי האָבן אין זייער לעבן געזען. נאָך דעם, ווי איך האָב זיך צוגעוווינט צו דער פֿאָנעטיק, האָב איך געקענט בהדרגה אָנהייבן צו זאַמלען ווערטער און אַנאַליזירן זייער באַטײַט (אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, ווען ס׳איז מעגלעך: למשל, ווען מיר כאַפּן פֿיש, לערנען זיי מיך די שייכדיקע ווערטער). נאָך שווערער איז צו פֿאַרשטיין און באַשרײַבן די גראַמאַטישע און לעקסישע אייגנקייטן, וואָס זײַנען מיר אומבאַקאַנט און וואָס מע זעט זיי זעלטן אין די לשונות פֿון דער וועלט — לינגוויסטישע דעטעקטיוו-אַרבעט. פֿון צײַט צו צײַט דאַרף מען ניצן ספּעציעלע מיטלען ("סטימולן", שפּילן, אַפֿילו קליינע עקספּערימענטן), כּדי צו דערגיין דעם אמתן באַטײַט אויף זיכער.

מיט צען יאָר צוריק האָט די כינעזישע רעגירונג געבויט אַ נײַעם וועג אינעם טאָל, וווּ עס וווינען ס׳רובֿ טרונג־רעדערס — הײַנט איז דאָס "נאָר" אַ טאָג-נסיעה צו פֿאָרן מיט אַן אויטאָ פֿון דער געגנט־הויפּטשטאָט, און דרײַ טעג פֿון קונמינג, דער פּראָווינציעלער הויפּטשטאָט (וואָס איז פֿאַר מיר אַ מין באַזע). איצט גייען אַלע קינדער אין די מלוכה־שולן און רעדן נאָר כינעזיש דאָרטן, ניט געקוקט אויף די מעלות פֿון אַ צוויי-שפּראַכיקער דערציִונג און פֿון לערנען לימודים אויף דער מוטערשפּראַך.

"מה-רעש?" — זאָגן אַ סך מענטשן, וואָס רעדן די מעכטיקע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט לינגוויסטן, וואָס זײַנען נאָך אָנהענגער פֿון נועם כאָמסקי. און ס׳איז אמת, אַז אַ פֿרעמדער קען ניט מאַכן קיין נסים. און אפֿשר זאָל איך בעסער זיך פֿאַרנעמען מיטן המשך פֿון ייִדיש, וואָס איז ניט אין כינע? אַ מאָל איז די דאָקומענטאַציע און באַשיצונג פֿון קליינע שפּראַכן געלעגן אין די הענט פֿון ייִדן, אַ סך פֿון זיי ייִדיש-רעדערס — פֿראַנץ באָאַס און עדואַרד סאַפּיר האָבן סענסיטיוו און גלענצנדיק געפֿאָרשט די שפּראַכן פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער; און די שריפֿטן פֿון שיקל פֿישמאַן און אוריאַל ווײַנרײַך שטייען בײַ "פֿעלד-לינגוויסטן" אין דער ערשטער ריי. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַ ייִדישיסט זאָל באַטראַכטן און באַשיצן די קליינע לשונות, וואָס זייער מצבֿ ווערט אַלץ ערגער און ערגער. און אַזאַ אַרבעט דערמאָנט אונדז: ייִדישיסטן האָבן שוין אַנטוויקלט די מיטלען אָפּצוהיטן אונדזער מאַמע-לשון — אינסטיטוציעס, ביכער, זשורנאַלן, אַפֿילו פֿילמען און וועבזײַטלעך. בײַ דער כינע-בירמעשער גרענעץ שטעלן מיר בלויז די ערשטע טריט.