|
מאָריס ווינטשעווסקי |
|
די דערפֿאַרונג פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער טעטיקייט אין ענגלאַנד בכלל און פֿון דעם ענגליש-ייִדישן סאָציאַליסטישן זשורנאַליזם בפֿרט האָט, בלי-ספֿק, געהאָלפֿן דער סאָציאַליסטישער סבֿיבֿה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זיך שטעלן אויף די פֿיס. דער "פֿאָרווערטס" האָט אויך געהאַט "ענגלישע שורשים", קודם-כּל, דורך די מיטאַרבעטער, וועלכע זײַנען געקומען פֿון ענגלאַנד קיין אַמעריקע. די רשימה פֿון אַזעלכע "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער איז גאַנץ לאַנג. אָבער די גרעסטע ראָלע, אָדער איינע פֿון די גרעסטע ראָלעס, האָט געשפּילט מאָריס ווינטשעווסקי (1856—1932), וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען ליפּע בן-ציון נאָוואַכאָוויטץ.
* * *
מענדעלע מוכר-ספֿרים איז באַקאַנט ווי "דער זיידע פֿון ייִדישער ליטעראַטור". מיט אַזאַ טיטל האָט אים באַקרוינט זײַן "אייניקל", שלום-עליכם. אָבער מיר האָבן נאָך איין "זיידע" — פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער ליטעראַטור. דעם דאָזיקן טיטל האָט מען געגעבן מאָריס ווינטשעווסקי.
אַזוי האָט זיך עס שוין באַקומען, אַז דער ייִדישער סאָציאַליזם אין 19טן יאָרהונדערט איז געווען, בדרך-כּלל, אַ ליטוואַקישער ענין. און ווינטשעווסקי האָט אויך געשטאַמט פֿון ליטע. ער איז געבוירן געוואָרן ניט ווײַט פֿון קאָוונע, אין דעם שטעטל יאַנאָווע (Jonava אין הײַנטיקער ליטע). דאָס ייִנגל איז געווען זיבן יאָר אַלט, ווען זײַן משפּחה האָט זיך אַריבערגעקליבן אין דער שטאָט גופֿא, קאָוונע. דאָרטן האָט ער געלערנט תּנ״ך און גמרא און אויך באַזוכט אַ רוסישע שול.
זײַן וועג צו סאָציאַליזם איז געלעגן דורך השׂכּלה-ליטעראַטור, דורך רוסישער רעוואָלוציאָנערער און דײַטשישער סאָציאַליסטישער ליטעראַטור, און דורך זײַנע קאָנטאַקטן מיט אַהרן ליבערמאַן (1845—1880), דעם פּיאָנער פֿון ייִדישן סאָציאַליזם. טאַקע צוליב די קאָנטאַקטן מיט ליבערמאַנען האָט מען ווינטשעווסקין אַרעסטירט און געהאַלטן אין תּפֿיסה פֿון נאָוועמבער 1878 ביז מאַרץ 1879.
אין 1879 האָט ווינטשעווסקי זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. אין דער בריטישער קרוינשטאָט איז אים באַשערט געווען צו פֿאַרברענגען פֿופֿצן יאָר פֿון זײַן לעבן. אין יולי 1884 האָט ער דאָרטן אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן "דער פּוילישער ייִדל" — אַזוי האָט זיך אין לאָנדאָן באַוויזן די ערשטע צײַטונג אויף ייִדיש. דער נאָמען פֿון דער צײַטונג נייטיקט זיך אין אַ דערקלערונג. "פּוילישער" האָט געמיינט "מיזרח-אייראָפּעיִשער". וואָס שייך דעם אַרטיקל "דער", האָט ער אָפּגעשפּיגלט דעם ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, אין וועלכן "ייִדל" איז לשון-זכר.
אין דעם זעלבן יאָר, 1884, האָט ווינטשעווסקי אַרויסגעגעבן אויך די ערשטע סאָציאַליסטישע בראָשור אויף ייִדיש. אמת, דעם נאָמען האָט ער איר געגעבן אַ העברעיִשן: "יהי אור" — "זאָל זײַן ליכט". אין אַ יאָר אַרום האָט ער צוזאַמען מיט עטלעכע סאָציאַליסטישע טוער געגרינדעט דעם חודש-זשורנאַל "אַרבעטער-פֿרײַנד". דער דאָזיקער זשורנאַל איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי די ערשטע צײַטשריפֿט אויף ייִדיש מיט אַ סאָציאַליסטישער פּראָגראַם.
אַ חוץ זשורנאַליסטישע אַרטיקלען, האָט ווינטשעווסקי געשריבן לידער. (זײַנע ערשטע פּאָעטישע פּרוּוון האָט ער געמאַכט אויף רוסיש.) הגם קיין גרויסער פּאָעט איז ער ניט געווען, זײַנען אַ סך פֿון זײַנע לידער געווען פּאָפּולער צווישן די ייִדישע אַרבעטער. אַ היפּש ביסל פּאָעטישע טעקסטן פֿון ווינטשעווסקין זײַנען געוואָרן באַקאַנט ווי זינגלידער.
אין זײַן ליד "שבֿועה" האָט ער זיך געוואָנדן צו "ברידער און שוועסטער פֿון אַרבעט און נויט":
מיר שווערן צו קעמפֿן פֿאַר פֿרײַהייט און רעכט
מיט אַלע טיראַנען און זייערע קנעכט,
מיט שווערדן באַזיגן די פֿינצטערע מאַכט
אָדער מיט העלדנמוט פֿאַלן אין שלאַכט!
אין אָקטאָבער 1894 איז ווינטשעווסקי אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק, וווּ ער איז גלײַך געוואָרן אַן אַקטיווער טוער אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. ער האָט רעדאַקטירט די וועכנטלעכע צײַטונג "אמת", וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן די באָסטאָנער ייִדישע סעקציע פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי. די צײַטונג איז אַרויס ניט לאַנג, פֿון דעם 3טן מײַ 1895 ביזן 17טן יאַנואַר 1896.
אין 1897 איז ווינטשעווסקי געווען צווישן די גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז ער פֿון דער צײַטונג אַוועק, געאַרבעט אין אַנדערע צײַטשריפֿטן. אין "פֿאָרווערטס" האָט ער זיך אומגעקערט אין יאָר 1916, ווען מע האָט געפֿײַערט זײַן 60סטן געבוירן־טאָג. אָבער זײַנע באַציִונגען מיט אַב. קאַהאַן זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע. אַ סבֿרא, אַז די צוויי פּראָמינענטע מענטשן האָבן שוין צוזאַמען אַרבעטן ניט געקענט. אין 1921 איז ווינטשעווסקי פֿון "פֿאָרווערטס" ווידער אַ מאָל אַוועק, שוין אויף שטענדיק. אַ דאַך פֿאַר זיך האָט ער געפֿונען בײַ די ייִדישע קאָמוניסטן, אין דער צײַטונג "פֿרײַהייט".
אין 1924 האָט ווינטשעווסקי באַזוכט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ מע האָט אים זייער גוט אויפֿגענומען. ער האָט אַפֿילו באַקומען אַ פּענסיע פֿון דער סאָוועטישער מלוכה — 75 רובל אַ חודש. די לעצטע פֿינף יאָר פֿון זײַן לעבן איז ער געווען פּאַראַליזירט.
* * *
מאָריס ווינטשעווסקיס נאָמען זאָגט, בדרך-כּלל, גאָרנישט דעם איצטיקן דור ייִדן. זײַנע ווערק האָט מען זינט די 1920ער יאָרן זייער זעלטן געדרוקט, סײַדן אין אַנטאָלאָגיעס. אמת, זײַנע זינגלידער באַווײַזן זיך אין די רעפּערטואַרן פֿון הײַנטיקע קלעזמער-קאַפּעליעס.
אָבער אין טאָראָנטאָ איז פֿאַראַן ביזן הײַנטיקן טאָג אַ ווינטשעווסקי-צענטער (www.winchevskycentre.org) און אַ ווינטשעווסקי-שול (www.morriswinchevskyschool.com). אַרום דעם צענטער און דער שול פֿאַראייניקן זיך וועלטלעכע ייִדן און געמישטע משפּחות, וועמעס אידעאָלאָגיע שפּיגלט אָפּ — אַזוי אָדער אַנדערש — די אידעאַלן פֿון די אַמאָליקע סאָציאַליסטן. דאָס זײַנען די רעשטלעך פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער וועלט, וואָס איז געווען שטאַרק אין צפֿון-אַמעריקע, בפֿרט אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט.