בנימין פֿײַגענבוים
בנימין פֿײַגענבוים

א

די ייִדישע טעגלעכע פּרעסע אין אַמעריקע איז תּחילת געווען, דער עיקר, אַ וועלטלעכע. אַ סימן פֿון דעם איז געווען די באַציִונג צו שבת: למשל, פֿון די טעגלעכע צײַטונגען, וואָס זײַנען אַרויס אין ניו-יאָרק אין די צוואַנציקער יאָרן און שפּעטער, האָט נאָר דער "מאָרגן-זשורנאַל" געהיט שבת. אָבער אַפֿילו צווישן די סאָציאַליסטן-אַפּיקורסים זײַנען ניט אַלע געווען קעגנעריש געשטימט צו דעם גאַנצן סכום ייִדישע טראַדיציעס. נאָר אַ געוויסער טייל האָט אָפּגעוואָרפֿן אַלע סענטימענטן צו די מינהגים. צו דעם זגאַל האָט געהערט בנימין פֿײַגענבוים (1860—1932).

געשטאַמט האָט פֿײַגענבוים פֿון אַ וואַרשעווער חסידישער משפּחה. ער אַליין איז געווען זייער פֿרום און האָט זיך געגרייט צו ווערן אַ רבֿ. אָבער אָנהייב 1880ער יאָרן איז ער צוגעצויגן געוואָרן צו דער השׂכּלה-ליטעראַטור און, אַ ביסל שפּעטער, צו סאָציאַליזם. זײַן זשורנאַליסטישע טעטיקייט האָט ער אָנגעהויבן אויף פֿלעמיש (האָלענדיש), ווען ער האָט, זינט 1884, געלעבט אין אַנטווערפּן און געשריבן פֿאַר אַ צײַטונג פֿון בעלגישע סאָציאַליסטן. אין 1886 האָט פֿײַגענבוים פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע אַרטיקלען אין דער פּעטערבורגער "ייִדישעס פֿאָלקסבלאַט".

סוף 1888 איז פֿײַגענבוים געקומען קיין ענגלאַנד. אין לאָנדאָן און מאַנטשעסטער, וווּ ער האָט געאַרבעט אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע, איז ער פֿאַרבליבן ביז יולי 1891, ווען ער האָט זיך אַריבערגעקליבן אויף דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטישן אָקעאַן. אין ניו-יאָרק איז פֿײַגענבוים געווען אַקטיוו סײַ ווי אַ זשורנאַליסט און סײַ ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ער האָט, אַ שטייגער, געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע בײַם שאַפֿן דעם "אַרבעטער-רינג". אַ געוויסע צײַט איז ער געווען זײַן גענעראַל-סעקרעטאַר. זײַן נאָמען ווערט ניט איין מאָל דערמאָנט אין פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

סוף אָקטאָבער 1892 האָט די אַמעריקאַנער פּרעסע געשריבן וועגן אַ צוזאַמענשטויס, וואָס פֿײַגענבוים האָט געהאַט מיט אַ פּאָליציאַנט. געשען איז עס בשעת אַ סאָציאַליסטישער און אַנאַרכיסטישער צונויפֿקומעניש. אין 1901 האָט ער זיך באַלאָטירט אין דער ניו-יאָרקער שטאַט-אַסאַמבלעע, אָבער אים האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ גענוגנדיקע צאָל שטימען. אַ סאָציאַליסטישער מיטגליד פֿון דער שטאַט-אַסאַמבלעע וועט אין יאָר 1918 ווערן זײַן זון, וויליאַם (1886—1949).

ב

אין "פֿאָרווערטס" איז פֿײַגענבוים געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע מיטאַרבעטער. ער איז געווען באַקאַנט ווי אַ מומחה אין פֿראַגן פֿון ייִדישער רעליגיע און אַ מיליטאַנטישער קעמפֿער קעגן אַלע רעליגיעזע מינהגים. ער האָט געהערט צו דעם טיפּ ייִדישע סאָציאַליסטן, וואָס האָבן געגלייבט אין אינטערנאַציאָנאַליזם, אין אָפּשאַפֿן אַלע גרענעצן צווישן פֿעלקער און ראַסעס. פֿאַר מענטשן מיט אַזעלכע אידעאַלן, איז רעליגיע געווען אַ מניעה, פֿון וועלכער מע האָט געמוזט פּטור ווערן — וואָס גיכער אַלץ בעסער. דער געוועזענער "פֿײַערדיקער חסיד" איז געוואָרן אַ מיליטאַנטישער, ממש פֿאַנאַטישער קעגנער פֿון רעליגיע. דער סאָציאַליזם איז געווען זײַן נײַע רעליגיע. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז ער האָט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן די נגישות [פֿאַרפֿאָלגונגען], וואָס די פֿרומע חסידים האָבן אים אָנגעטאָן אין פּוילן, ווען ער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אַן אַפּיקורס.

הלל ראָגאָף, אַ רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט געשריבן אין אַ קאַפּיטל זכרונות וועגן פֿײַגענבוימען, אַז "בײַ אים האָט זיך דערפֿאַר געשאַפֿן אַ מין פּאַראַדאָקס, אַ ווידערשפּרוך. אין זײַן פּריוואַטן און פֿאַמיליע-לעבן איז ניט געווען קיין סימן פֿון ייִדישקייט, אָבער זײַן גײַסטיקער וועזן איז געווען דורכגעווייקט מיט ייִדישקייט." וועגן דעם דאָזיקן "פּאַראַדאָקס" פֿון פֿײַגענבוימס ייִדישקייט האָט אין 2004 דערמאָנט דער היסטאָריקער דזשעראַלד סאָרין אין זײַן רעצענזיע אויף טאָני מײַקלס ממשותדיקער פֿאָרשונג פֿון דער ניו-יאָרקער ייִדישער סאָציאַליסטישער סבֿיבֿה — "אַ פֿײַער אין זייערע הערצער: ייִדיש-רעדנדיקע סאָציאַליסטן אין ניו-יאָרק" (A Fire in Their Hearts: Yiddish Socialists in New York). סאָרין האָט אונטערגעשטראָכן, אַז בײַ אַזעלכע מענטשן ווי פֿײַגענבוים האָט זייער סאָציאַליסטישע איבערגעגעבנקייט אָפֿט מאָל געשטאַמט פֿון ייִדישע טראַדיציעס.

ג

פֿײַגענבוימס אָפּשאַצונג פֿון אַ געשיכטע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אילוסטרירט די עקסטרעמקייט פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַליזם. פֿאַרקאָכט האָט זיך די גאַנצע מעשׂה אין פֿעברואַר 1907 אין דעם ניו-יאָרקער הויז אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, וווּ עס האָט געוווינט די רײַכע ייִדישע משפּחה פֿון מאָרטימער שיף. אין איין שיינעם טאָג האָט אַ קריסטלעכער קעלנער, זײַן נאָמען איז געווען בראַנדט, איבערגעגעבן דער בעל-הביתטע פֿונעם הויז אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט געשריבן וועגן זײַן פֿאַרליבטקייט אין איר און וועגן זײַן האָפֿענונג, אַז זי וועט אים ענטפֿערן מיטן זעלבן געפֿיל.

דער ענטפֿער האָט, אָבער, אויסגעזען ראַדיקאַל אַנדערש: מע האָט דעם קעלנער גלײַך באַזײַטיקט. אין אַ חודש אַרום האָט בראַנדט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין שיפֿס הויז און דערלאַנגט זײַן געוועזענעם בעל-הבית איבערן קאָפּ. שיפֿן, אָבער, האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַרויִקן בראַנדטן, געבן אים געלט און אים משלח זײַן פֿון דער שטוב. דער סוף איז געווען, אַז דעם קעלנער האָט מען פֿאַרמישפּט צו דרײַסיק יאָר תּפֿיסה.

אין דער פּרעסע האָבן זיך דעמאָלט באַוויזן אַנטיסעמיטישע רמזים: אַן אָרעמער גוי פֿון איין זײַט, און אַ רײַכע ייִדישע משפּחה, פֿון דער צווייטער זײַט. דערצו נאָך איז דער ריכטער, אָטאָ ראָזאַלסקי, אויך געווען אַ ייִד. אין 1912 זײַנען די צײַטונגען ווידער געווען פֿול מיט אַרטיקלען מכּוח דער בראַנדט-שיף-ראָזאַלסקי-געשיכטע, ווײַל בראַנדט האָט אַפּעלירט, בעטנדיק מע זאָל אים ניט האַלטן אַזוי לאַנג אין תּפֿיסה. דער "פֿאָרווערטס" האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויך געשריבן וועגן דעם ענין. אַן עדיטאָריאַל האָט צוגעגרייט פֿײַגענבוים, אָבער אַבֿ. קאַהאַן האָט עס ניט דערלויבט צו דרוקן.

פֿײַגענבוים האָט אין דער געשיכטע געזען בלויז איין זאַך: אַ צוזאַמענשטויס צווישן אַ רײַכן בעל-הבית און אַ פּשוטן אַרבעטער. און ער האָט זיך אין זײַן עדיטאָריאַל געשטעלט אויף דער זײַט פֿון דעם אַרבעטער. אַב. קאַהאַן האָט אין דער געשיכטע געזען אַ העצע קעגן אַ פּראָמינענטן ייִדן, קעגן אַ ייִדישן ריכטער און אויך אַ באַליידיקונג אויף ייִדן אין אַלגעמיין.

"נעבעך אפיקורסים..."

גאנץ אינטערעסאנט. נאר עס טוט דאך וויי צו זען אז ס'געווען יידן וואס האבן זיך אזוי פארלייקנט צו זייער פאלק. א שאד.