אויסצוג פֿון דער קינדער־מעשׂה "דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע"
אויף פּורים האָט דער זיידע געבראַכט אַ גראַגער דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע און ער האָט צו אים אַזוי געזאָגט:
— זע, אַז המן־הרשע זאָל פֿון דיר ניט אַרויס מיט גאַנצע ביינער. גיב אים ווי ווערט ער איז!
— דאגה ניט, זיידע! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט — ער וועט שוין בײַ מיר קריגן!
און דערווײַל איז ייִנגעלע־רינגעלע געגאַנגען שלאָפֿן. ער ווייסט אָבער ניט קיין רו אויך אין שלאָף. עפּעס מוז זיך אים חלומען. חלומט זיך אים, ווי ער גייט צום מלך אין פּאַלאַץ. גייט ער אַזוי און גייט, און זײַן גראַגער האַלט ער שטײַף אין האַנט, ער זאָל אים ניט פֿאַרלירן. קומט אים אָן אַנטקעגן אַן אַלטער מאַן מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד. זעט ער, אַז ס’איז יאָ זײַן זיידע און ניט זײַן זיידע, ווײַל אַלט זײַנען זיי ביידע, נאָר דער זיידע גייט ניט אַזוי אָנגעטאָן, ווי דער אַלטער מאַן. עפּעס מאָדנע גייט דער אַלטער מאַן אָנגעטאָן, ווי דער מענטש פֿון פֿאַרצײַטן: דער קאָפּ אַרומגעוויקלט מיט אַזאַ פֿאַטשיילע, אַ מאָדנער לאַנגער בגד אויף די אַקסלען, מיט אַ גאַרטל אַרום די לענדן, און אויף די פֿיס ניט קיין שיך, ווי מע טראָגט הײַנט, נאָר סאַנדאַלן, איבערגעבונדן מיט רימענדלעך.
ווערט שוין דעם ייִנגעלע־רינגעלע טשיקאַווע און ער פֿרעגט בײַם אַלטן מאַן:
— ווער ביסטו?
ענטפֿערט דער אַלטער מאַן:
מרדכי היהודי.
ווייסט שוין ייִנגעלע־רינגעלע, ווער דאָס איז, ווײַל ער ווייסט די גאַנצע מעשׂה פֿון פּורים: ווי אַזוי דער נאַרישער קיניג אַחשוורוש, וועלכער האָט געקיניגט פֿון הודו ביז כוש, האָט איבערגעגעבן אַלע ייִדן אין די הענט צו המן־הרשע, ער זאָל זיי הרגענען; נאָר מרדכי היהודי האָט געהאַט אַ קרובֿה, אסתּר, וועלכע איז געווען דעם קיניג אַחשוורושס ווײַב. האָט זי שוין געזען, אַז מע זאָל די ייִדן ניט הרגענען, און המנען זאָל מען אויפֿהענגען אויף דער תּליה, וואָס ער האָט אָנגעגרייט פֿאַר מדרכיען. נאָך דעם האָבן די ייִדן געמאַכט אַ יום־טובֿ פּורים און ס’איז געווען שׂשׂון־ושׂימחה!
אַז ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערהערט, אַז דאָס איז מרדכי היהודי, האָט ער זיך גאָר געוווּנדערט און געפֿרעגט:
— און וווּהין גייסטו?
— פּורים צו דער סעודה.
האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע זייער דערפֿרייט און גענומען טאַנצן און שפּרינגען, און זינגען:
הײַנט איז פּורים, ברידער,
עס איז דער יום־טובֿ גרויס.
לאָמיר זינגען לידער
און גיין פֿון הויז צו הויז.
רופֿט זיך אָן מרדכי היהודי צו ייִנגעלע־רינגעלע:
— איך האָב דיר געזאָגט, ווער איך בין און וווּהין איך גיי. איצט זאָג מיר, ווער דו ביסט און וווּהין דו גייסט?
ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:
— ווייסט גאָרניט, ווער איך בין? איך בין ייִנגעלע־רינגעלע!
רופֿט זיך אָן מרדכי היהודי:
— אַזוי? דו ביסט דאָס ייִנגעלע־רינגעלע, וואָס מע שרײַבט פֿון אים פֿיל מעשׂיות?
— יאָ, איך בין דאָס ייִנגעלע־רינגעלע און איך גיי דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ.
שאָקלט מרדכי היהודי מיטן קאָפּ צו ייִנגעלע־רינגעלע:
— אַזאַ קלוג ייִנגעלע ווי דו זאָל גאָר וועלן גיין צום מלך אין פּאַלאַץ! איך בין אַ מאָל שוין געווען דאָרטן, און איך זאָג דיר, אַז עס איז גאָרנישט מיט גאָרנישט. עס איז ניט ווערט דער גאַנג. וועמען וועסטו דאָרטן זען? אַ מלך אַ טיפּש ווי אַחשוורוש און אַ מיניסטער אַ שלעכטן ווי המן־הרשע. פֿאָלג מיך און קום מיט מיר צו דער סעודה, וועסטו מער הנאה האָבן.
טראַכט ייִנגעלע־רינגעלע, צי זאָל ער גיין צום מלך אין פּאַלאַץ, אָדער מיט מרדכי היהודי פּורים צו דער סעודה? האָט ער אַזוי לאַנג געטראַכט, ביז עס איז בײַ אים געבליבן, ער זאָל בעסער גיין פּורים צו דער סעודה מיט מרדכי היהודי.
גייען זיי ביידע און אויפֿן וועג האָבן זיך באַוויזן אַ סך קינדער מיט גראַגערס, קאַלעקאָטקעס און המן־קלאַפּערס. האָב זיי שוין אַלע געגראַגערט מיט די גראַגערס און געקלאַפּט מיט די קאַלעקאָטקעס און המן־קלאַפּערס. זיי האָבן אַזוי לאַנג געקלאַפּט, ביז המן־הרשע איז פֿון דעם טומל מיט די קלעפּ געפֿאַלן אַ טויטער.