שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע

איך וווין אין ניו־יאָרק און מײַנע צוויי זין וווינען אין שיקאַגע. איך האָב צוויי שנורן, איינע גאָר אַנדערש פֿון דער צווייטער. מיט איינער בין איך זייער פֿרײַנדלעך, און מיט דער אַנדערער — נו, לאָמיר זאָגן, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, אַז "מיר גייען אויף אייער־שאָלעכץ" ווען מיר זענען צוזאַמען. זי הייסט עלען. אירע טאַטע־מאַמע פֿאָרן צו זיי צו גאַסט דעם פּסח, און זיי קומען זעלטענער ווי איך. עלען האָט מיר קלאָר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז קיין ליבער גאַסט בין איך נישט בײַ זיי — אַפֿילו נישט אויף אַ פּאָר שעה! זי וויל פֿאַרברענגען מיט אירע טאַטע־מאַמע, און איך בין נישט פֿאַרבעטן. מײַן קשיא איז — צי זאָל איך פֿאָרן קיין שיקאַגע, כּדי צו פֿאַרברענגען נאָר מיט דעם אַנדערן זון און זײַן פֿרוי?

עלען און מײַקל האָבן קינדער, טאָ ווי קען איך פֿאָרן אַזאַ לאַנגן וועג, זײַן אַזוי נאָענט צו זיי, און נישט זען מײַנע אייניקלעך? זאָל איך פֿאָרן פּסח, אָדער וואַרטן אויף אַן אַנדער געלעגנהייט, ווען איך וועל יאָ קענען זען אַלע קינדער און אייניקלעך? אַגבֿ, ווי האַלט איר וועגן מײַן שנורס באַהאַנדלונג פֿון מיר?

אָפּגעשטויסענע שוויגער


טײַערע אָפּגעשטויסענע שוויגער,

לויט אײַער בריוו און די געפֿילן וואָס איר דריקט אויס אין אים, האַלט איך, אַז איר זאָלט בלײַבן אין דער היים פּסח דאָס יאָר. איר וועט ווערן אויפֿגערעגט, ווען איר געפֿינט זיך אַזוי נאָענט צו די אייניקלעך, אָבער זיי נישט קענען זען. די פֿרוסטרירונג און כּעס וואָס איר וועט פֿילן, זענען נישט צוגעפּאַסט צו זמן־חרותנו — די צײַט פֿון באַפֿרײַונג. בעסער צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ היימישן סדר אין ניו־יאָרק, און פֿאָרן קיין שיקאַגע, ווען איר קענט זען די גאַנצע משפּחה.

וואָס שייך אײַער שנור — איך פֿאַרשטיי איר פֿאַרלאַנג, אַז נאָר איין צד פֿון דער משפּחה זאָל קומען אין איין און דער זעלבער צײַט. אָבער, דער פֿאַקט, וואָס זי וויל אײַך נישט אַרײַנלאָזן צו זיך אַהיים אַפֿילו פֿאַר איין נאָכמיטאָג בעת דעם יום־טובֿ, ווײַזט אַרויס אַן אומדרך־ארץ. איך האָף, אַז איר וועט האָבן שלום־בית דעם יום־טובֿ.


טײַערע חזנטע,

ס׳איז מיר שוין נמאס געוואָרן צוצוקוקן ווי מײַן חבֿר פּטרט זײַן לעבן. פּינחס איז אַ קלוגער ייִד, אָבער אַ בטלן. זײַן מאַמע איז געשטאָרבן ווען ער איז געווען יונג, און זײַן טאַטע האָט זיך קיין מאָל נישט אָפּגעגעבן מיט אים. אָבער זיי האָבן אים צעבאַלעוועט און אים תּמיד געגעבן מער געלט ווי ער דאַרף. פּינחס האָט לעצטנס אינוועסטירט דאָס געלט אין אַ געשעפֿט און אַלץ פֿאַרלוירן. ער איז 35 יאָר אַלט און האָט גאָרנישט און טוט גאָרנישט. ער קוקט אויף טעלעוויזיע דעם גאַנצן טאָג, עסט ביליקע, פֿאַרטיקע מאַכלים, און גייט נישט אַרויס פֿון שטוב. איך שרײַ אויף אים יעדן טאָג, אָבער ס'העלפֿט נישט. ווי קען איך משפּיע זײַן אויף אים, ער זאָל אויפֿהערן צו צעטרענצלען זײַן לעבן?

פֿרוסטרירטער חבֿר


טײַערער פֿרוסטרירטער חבֿר,

ס׳קען זײַן שווער פֿאַר אײַך צו הערן דאָס ווײַטערדיקע — איר וועט אפֿשר נישט קענען העלפֿן פּינחסן. דער אמת איז, אַז מע קען נאָר העלפֿן עמעצן וואָס וויל זיך אַליין העלפֿן. אפֿשר וועט פּינחס דאַרפֿן "אָראָפּזינקען צום דנאָ" איידער ער וועט קענען זיך אויפֿוועקן. סוף־כּל־סוף וועט ער דאַרפֿן געפֿינען אַרבעט צו פֿאַרדינען געלט און מאַכן אַ לעבן. עס קלינגט, ווי ער האָט פֿריִער קיין מאָל נישט געדאַרפֿט פֿאַרדינען זיך אויסצוהאַלטן. אפֿשר וועט דאָס געלט וואָס פּינחס האָט פֿאַרלוירן אים אינספּירירן צו בײַטן זײַן לעבן־שטייגער. ווי אַ פֿרײַנד, דאַרפֿט איר זיך אויסלערנען צו געבן עצות, נאָר ווען מע בעט זיי בײַ אײַך. קלינגט אָן צו פּינחסן און אַנטשולדיקט זיך פֿאַר דעם וואָס איר האָט געשריגן אויף אים. זאָגט אים, אַז איר זענט זײַן חבֿר און איר האָט אים ליב. ווען ער איז גרייט, וועט ער כאָטש וויסן, אַז איר זענט אַן אמתער גוטער־פֿרײַנד.


טײַערע חזנטע,

איך בין 88 יאָר אַלט און איך וווין אין אַ וווינאָרט מיט געהילף־באַדינונג. דער מוח טויג בײַ מיר — כ׳בין נישט, חלילה, עובֿר־בטל. כ׳בין דאָ ווײַל איך האָב געליטן פֿון אַ מוח־אַטאַק און די רעכטע זײַט פֿון מײַן גוף קען זיך נישט באַוועגן ווי אַמאָל. שוין צוויי יאָר וואָס איך וווין דאָ, און נישט געקוקט אויפֿן שלעכטן עסן, איז עס נישט געפֿערלעך.

איך האָב זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי, ביטריס, דעם ערשטן טאָג און זי איז געוואָרן מײַן חבֿרטע. מע וויל זי איצט אַריבערפֿירן אין אַן אַנדער אָרט, וואָס איז ביליקער, און איך האָב מורא, אַז מיר וועלן ביידע זיך צעפֿאַלן אויב דאָס געשעט. מיר העלפֿן איינער דעם אַנדערן און אַ דאַנק דער באַציִונג, האָבן מיר אויף וואָס אַרויסצוקוקן יעדן טאָג. איך האָב ביטריסן געבעטן, זי זאָל זיך אַרײַנציִען צו מיר אין איין צימער. איך בין אַליין און מע קען אַרײַנשטעלן נאָך אַ בעט. איך וועל איר שענקען אַ העלפֿט פֿון מײַן קליידער־שאַפֿקעלע. אָבער ס'איז דאָ אַ פּראָבלעם — ביטריס איז פֿרום און וועט זיך נישט אַרײַנציִען צו מיר, אויב מיר האָבן נישט חתונה. אין אונדזער עלטער, האַלט איך, איז דאָס אַ נאַרישקייט. וואָס פֿאַר אַ חילוק קען מאַכן אַ רינגל און אַ שטיקל פּאַפּיר ווען מע דערגרייכט שוין די 80ער יאָרן? וואָס זאָל איך טאָן? וואָס פֿאַר אַ טעם האָט עס, צו זײַן אַ 88־יאָריקער חתן? אָבער איך וויל נישט אָנווערן מײַן חבֿרטע ביטריס; איך האָב זי צו פֿיל ליב...

אַלטער חתן


טײַערער "אַלטער חתן",

פֿאַר וואָס דאַרף דאָס חתונה האָבן זײַן נאָר אין דער יוגנט? דאָס האָבן חתונה ווײַזט אַרויס איבערגעגעבנקייט, און איר ביידע האָט עס שוין אַרויסגעוויזן. אויב איר ווילט זײַן צוזאַמען ביזן סוף פֿונעם לעבן, טאָ האָט שוין חתונה! מע דאַרף נישט דורכפֿירן אַ גרויסע צערעמאָניע און שׂימחה. מע דאַרף נאָר שטעלן אַ חופּה, צוויי עדות, אַ כּתובה און אַ קידושין־רינגל — און דער עיקר, אײַערע געטרײַע כּלה.


טײַערע חזנטע,

אויב איך בין געגאַנגען אויף אַ חתונה מיט יאָרן צוריק, און מיר זענען מער נישט קיין חבֿרים, דאַרף איך פֿאַרבעטן יענעם מענטש אויף מײַן חתונה? איך וויל באַגרענעצן די הוצאות, אָבער קיינעם נישט באַליידיקן.

כּלה


טײַערע כּלה,

ניין, מע דאַרף נישט פֿאַרבעטן אַ מענטש, אויב מען איז מער נישט קיין פֿרײַנד, אָבער דאָך, קען זיך טרעפֿן, אַז מע וועט הערן פֿון אײַער חתונה און ווערן באַליידיקט.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024