שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

דאָס פֿאַרברענגען מיט מײַן ברודער און שוועגערין איז געוואָרן אַ גרויס אָפּקומעניש. ביידע זענען זיי נישט קיין סימפּאַטישע מענטשן. איך האָב אים ליב, ווײַל ער איז מײַן ברודער, אָבער ס'איז מיר שווער צו זײַן מיט אים. מײַן ברודער און שוועגערין פֿירן זיך אויך אויף הינטיש איינער צום אַנדערן. יעדער גאַסט אין זייער שטוב פֿילט זיך אומבאַקוועם. איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך פֿריי זיך מער, ווען איך בלײַב ווײַט פֿון זיי. די איינציקע פּראָבלעם איז, וואָס איך האָב ליב מײַן פּלימעניק און פּלימעניצע! זיי זענען פֿיר יאָר און זעקס יאָר אַלט און טײַערע קינדער. זינט זייער געבורט שפּיל איך אַ צענטראַלע ראָלע אין זייערע לעבנס. זאָל איך גיכער מיר אַליין העלפֿן און האַלטן זיך פֿון דער ווײַטנס פֿון מײַן ברודערס שטוב, אָדער ווײַטער זיך באַטייליקן אין זייערע לעבנס, כאָטש איך קען נישט פֿאַרטראָגן מײַן ברודער און שוועגערין?

אַ צעריסענע מומע


טײַערע צעריסענע מומע,

מומעס און פֿעטערס קענען האָבן אַ ספּעציעל אָרט אינעם לעבן פֿון אַ קינד, און אַפֿילו פֿון אַ דערוואַקסענעם. איר זענט נאָענטע משפּחה פֿאַר די קינדער. עס קלינגט, ווי אין אײַער ברודערס היים איז די אַטמאָספֿער אַן אַנגעשפּאַנטע, איז גוט וואָס אײַער פּלימעניק און פּלימעניצע האָבן א גאַסט וואָס ברענגט זיי פֿרייד פֿון צײַט צו צײַט. איר וואָלט געבענקט נאָך זיי, און אפֿשר געבענקט נאָך אײַער ברודער און שוועגערין, ווען איר קומט נישט. איר דאַרפֿט נישט פֿאָרן יעדן טאָג, און אַפֿילו נישט יעדע וואָך, אָבער זיי זענען אײַער משפּחה און איר וועט בלײַבן אַ טייל פֿון זייער משפּחה.


טײַערע חזנטע,

מײַן זיידע האָט מיר געעצהט, אַז איך זאָל נישט נעמען אַ שיין מיידל — "אַ שיין מיידל איז פֿאַר יענעם", זאָגט ער. ער האַלט, און איך בין מסכּים, אַז ס'איז וויכטיקער צו נעמען אַ מיידל מיט אַ גוטן כאַראַקטער, אַזוי ווי מײַן באָבע — זי זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן. איך טרעף זיך אַמאָל מיט זייער פֿײַנע מיידלעך, וועלכע, על־פּי־יושר, וואָלטן זיי געדאַרפֿט חתונה האָבן. זיי וואָלטן זיכער געפֿירט אַ שיין זיווג־לעבן. אָבער וואָס קען איך טאָן, אַז זיי ציִען מיך נישט צו? ס'איז שווער זיך צו פֿאַרליבן אין אַ מיידל, וואָס זעט נישט אויס ווי אַ פֿילם־שטערן, איז וואָס טוט מען? זאָל איך זיך מאַכן פֿאַר אַ בלינדן אָדער זיך גוט אָנשיכּורן, איידער איך זע זיך מיט אַזאַ מיידל?

אײַער געטרײַער לייענער וואָס וויל זיך פֿאַרליבן אין אַ מיאוס מיידל, אָבער קען ניטש.


טײַערער געטרײַער לייענער,

אײַער זיידנס עצה איז ווויל און גוט, אָבער איר טײַטשט זי אויס אַ ביסל צו בוכשטעבלעך. ווען ער האָט געזאָגט, מע זאָל נישט נעמען אַ שיין מיידל, מיינט ער, אַז שיינקייט זאָל נישט זײַן די הויפּט־מעלה, וואָס מע זוכט. אַ סך שיינע מיידלעך האָבן אַ גוטן כאַראַקטער, און איר דאַרפֿט זיי נישט אָפּזאָגן נאָר צוליב דעם, וואָס זיי זענען שיין. עס איז וויכטיק, אַז צוויי מענשטן זאָלן זיך ליב באַקומען איינער דעם אַנדערן, דעמאָלט וועלן זיי אויסזען שיין סײַ אין זייערע אויגן און סײַ אין פֿרעמדע.

פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב מע זוכט נאָר אַ פֿילם־שטערן, וועט מען זוכן אַ לאַנגע, לאַנגע צײַט (און וויפֿל פֿילם־שטערנס רעדן ייִדיש?) איר דאַרפֿט כאָטש געבן דעם מיידל אַ שאַנס! קוקט אַרײַן אין אירע אויגן. מע דאַרף נישט איגנאָרירן די אינסטינקטן אָדער זיך מאַכן בלינד, אָבער זעט ווי ווײַט די אינסטיקטן קענען אײַך דערפֿירן.


טײַערע חזנטע,

מײַן אייניקל האָט אַ גרויסן טעות. ניין, איך צי צוריק — מײַן אייניקל האָט אַ סך גרויסע טעותן; ער פּטרט זײַן גאַנץ לעבן. ער איז אַ קלוג ייִנגל — אַמאָל האָט ער געוואָלט ווערן אַ דאָקטער. איצט לערנט ער זיך אין אַן אוניווערסיטעט אין מיאַמי, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע שׂימחות! ער שטודירט "ליבעראַלע קונסט". זײַן חבֿרטע איז נישט קיין גרויסע מציאה און ער פֿאַברענגט צו פֿיל אין קרעטשמעס. זײַנע טאַטע־מאַמע באַצאָלן פֿאַר דעם און ס'איז זיי שוין נימאס געוואָרן צו הערן מײַנע טענות און מיינונגען. אָבער וואָס זאָל איך טאָן? איך בין דער זיידע, אָבער איך האָב נישט קיין מאַכט איבער דער סיטואַציע.

אויפֿגעקאָכטער זיידע


טײַערער אויפֿגעקאָכטער זיידע,

ווי אַ זיידע, קענט איר זיך פֿאַרגינען אַ קוק צו טאָן אויף די יונגע מענטשן מיט וויסן און חכמה. אַוודאי, ווילט איר זיך טיילן מיט אײַער דערפֿאַרונג מיט אַנדערע, זיי זאָלן זיך לערנען פֿון אײַער לעבן און איבערלעבונגען. אָבער אָפֿט דאַרף מען אַליין האָבן אייגענע איבערלעבונגען און זיך לערנען פֿון אייגענע טעותן, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי ווײַטער צו גיין. אפֿשר וועט אײַער אייניקל ווערן אַ דאָקטער, און אפֿשר וועט ער געפֿינען אַן אַנדער וועג. ווי זײַן זיידע, מעגט איר רעדן מיט אים און מיט אײַערע קינדער. איר קענט זיי זאָגן אַ דעה, אָבער דערנאָך זיך נישט אַרײַנמישן, און לאָזן דעם אייניקל זיך אויפֿפֿירן אויף זײַן אייגענעם אופֿן.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024