שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

צי מוז איך גיין אויף אַלע שׂימחות וווּ איך בין פֿאַרבעטן? איך קען נישט פֿאַרטראָגן, ווען מע שפּילט די הויכע, רעשיקע מוזיק, אָבער איך וויל קיינעם נישט באַליידיקן.

נישט קיין "שׂימחהדיקע" פֿרוי


טײַערע נישט קיין "שׂימחהדיקע" פֿרוי,

דער פּשוטער ענטפֿער איז — ניין. מע דאַרף נישט גיין אויף קיין איין שׂימחה, אויב מע וויל נישט. אָבער, עס קענען זײַן קאָנסעקווענצן, אַז איר וועט וויי טאָן דעם בעל־שׂימחה. אויב איר האָט נאָענטע באַציִונגען מיט אַ מענטש, וואָלט איר געדאַרפֿט גיין ווי אַ באַווײַז פֿון חבֿרישקייט. אויב איר האַלט, אַז איר זענט נישט אַזוי נאָענט, דאַרפֿט איר נישט גיין. ניצט דעם שׂכל־הישר.


טײַערע חזנטע,

מײַן זון פֿאָרט אַוועק אין "קעמפּ רמה" צום ערשטן מאָל. ער איז 10 יאָר אַלט, און פֿרייט זיך אַזוי! אָבער איך, ווער צעזעצט פֿון זאָרג. ער איז אַ בן־יחיד און אַפֿילו דער געדאַנק, אַז איך וועל זײַן אָן אים פֿיר וואָכן ברענגט אַרויס טרערן אין מײַנע אויגן. מײַן מאַן אַרבעט טאָג און נאַכט און איך ווייס נישט וואָס איך וועל טאָן מיט דער צײַט און פֿאַרברענגען אָן אים אַ גאַנצן חודש. איך וועל אַליין זײַן ווי אַ קינד וואָס בענקט אַהיים! ווי קען איך בײַקומען די זאָרגעוודיקע געפֿילן, ווען ער וועט נישט זײַן אין שטוב?

ליבלעכע מאַמע


טײַערע ליבלעכע מאַמע,

איך בין זיכער, אַז איר וועט בענקען נאָך אײַער זונדל. איר וועט אים קענען שיקן בריוו און פֿאָרן אים זען בעת די "וויזיט־טעג". איר וואָלט געקענט אויך אויסניצן די צײַט זיך אָפּצוגעבן מיט זיך אַליין. פֿאַרברענגט מיט אײַערע חבֿרטעס, לייענט ביכער, וואָס איר האָט שוין לאַנג געוואָלט לייענען, גייט אַרויס אין אָוונט מיט אײַער מאַן. איר קענט ערגעץ פֿאָרן אויף אַ נסיעה. איר דאַרפֿט זיך נישט פֿילן שולדיק וועגן דעם. אײַער זון באַקומט אַ שיינע מתּנה דורך דעם וואָס איר שיקט אים אין "קעמפּ רמה" און מיר זײַנען זיכער, אַז ווען ער וועט קומען צוריק אַהיים, וועט זיך אײַך דאַכטן, אַז ער איז קיין מאָל נישט אַוועק...


טײַערע חזנטע,

איך וויל אײַך דערציילן וועגן אַ קאָמפּליצירטער סיטואַציע. מײַן פֿעטער האָט זיך געגט מיט צוויי יאָר צוריק. ער און מײַן מומע זענען געווען מאַן און ווײַב אַ לאַנגע צײַט און געהאַט צוויי קינדער, מײַנע שוועסטער־קינדער. דער פֿעטער איז מײַן טאַטנס ברודער, אָבער איך האָב זיך תּמיד געפֿילט נעענטער צו מײַן מומע, און מיר זענען געבליבן נאָענט נאָכן גט. מײַן פֿעטער און מומע רעדן נישט מער צווישן זיך, און ווילן אַפֿילו נישט זײַן אינעם זעלבן צימער.

איך האָב זיך פֿאַרקנסט און דער קנס־מאָל וועט אין גיכן פֿאָרקומען. טאַטע־מאַמע האָבן מיר געזאָגט, אַז איך מוז פֿאַרבעטן דעם פֿעטער, ווײַל ער איז נאָענטע משפּחה. קוים וואָס איך האָב אַ קאָנטאַקט מיט אים. מיט דער מומען האָב איך אַלע מאָל געהאַט אַ ספּעציעלע באַציִונג, און איך וואָלט גיכער זי פֿאַרבעטן. אָבער דער טאַטע וויל נישט הערן פֿון דעם. מײַן מאַמע האַלט פֿון אַ פּשרה, אַז די מומע זאָל קומען אויפֿן קנס־מאָל, און דער פֿעטער אויף דער חתונה. איך בין נישט איבערצײַגט, אַז דאָס לייזט די פּראָבלעם. האָט איר אַ פֿאָרלייג?

פּלימעניצע


טײַערע פּלימעניצע,

זאָרגט זיך ווייניקער וועגן דעם פֿעטער און דער מומען. אײַער קנס־מאָל און חתונה האָבן ניט צו טאָן מיט זיי, נאָר מיט אײַך — ס׳איז דאָך אײַער שׂימחה. סײַ די מומע, סײַ דעם פֿעטער וואָלט מען געדאַרפֿט פֿאַרבעטן. איר קענט זיי אָנקלינגען און לאָזן וויסן וועגן דעם, כּדי זיי זאָלן נישט ווערן פּלוצעם פֿאַרחידושט. זאָגט זיי, אַז איר האָפֿט, אַז זיי וועלן ביידע קומען, ווײַל זיי זענען וויכטיקע קרובֿים אין אײַער לעבן. זאָל מען זיי אַוודאי זעצן באַזונדער. לאָמיר האָפֿן, אַז זיי וועלן פֿאַרשטיין, אַז די שׂימחה איז אײַערע און וועלן קומען מיט אַ שמייכל!


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office

10400 Wilshire Blvd

Los Angeles, CA 90024