"כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", אויב דו וועסט האַלטן אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, אויב זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און לעבן מיט דיר. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה דערקלערט אַ סך אַקטועלע פּראַקטישע מיצוות: אומצוקערן די בעלי-בתּים זייערע פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער, אַזעלכע ווי אַן אָפֿענער דאַך; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון גוואַלד; נישט צו אַנטלײַען געלט מיט אַ פּראָצענט; צו באַציִען זיך מיט כּבֿוד צו די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב.
די נעמען פֿון די סדרות זענען אָבער פֿאַרבונדן מיט זייער אַלגעמיינעם באַדײַט, און דריקן אויס וויכטיקע יסודותדיקע קאָנצעפּציעס, ווי מיר האָבן אָפֿט באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות. פֿאַרוואָס הייבט זיך די הײַנטיקע סדרה אָן דווקא מיט אַזאַ ענין, וואָס קאָן אַרויסרופֿן אַ פּראָטעסט און אַפֿילו אַ שאָק בײַם מאָדערנעם לייענער? די מלחמות זענען דאָך בכלל אַן אומגעוווּנטשענע טראַגישע זאַך, און צו פֿאַרכאַפּן אַ פֿרעמדע פֿרוי אויפֿן שלאַכט-פֿעלד, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן, קומט בפֿירוש אין סתּירה מיט דער הײַנטצײַטיקער מאָראַל.
בײַם אָנהייב פֿון דער פֿאָריקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן "שופֿטים און שוטרים", וואָס די ייִדן מוזן זיי אײַנשטעלן בײַ יעדן טויער, כּדי זיי זאָלן זיי מישפּטן און מאַכן זיכער, אַז מע פֿאָלגט דעם פּסק. אַ צאָל חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז דער עיקר-באַדײַט פֿון דער דאָזיקער מיצווה איז דער אינערלעכער אַנאַליז און זעלבסט-קאָנטראָל. אין משיחס צײַטן, וועט יעדער מענטש פֿאָלגן זײַן אייגענעם גײַסטיקן וועג, און וועט זײַן אַ שופֿט און שוטר פֿאַר זיך. אין אַן אַחריותדיקער געזעלשאַפֿט דאַרף מען נישט האָבן קיין צוואַנג-כּוח. במשך פֿון דער צײַט, איז דער ענין פֿון "שופֿטים און שוטרים" בהדרגה אַריבער אין דער אינערלעכער, רוחניותדיקער ספֿערע. דווקא אויף אַזאַ אופֿן, בלײַבט ער אייביק אַקטועל נישט בלויז פֿאַר אַ ייִדישער קהילה, נאָר אויך פֿאַר יעדן יחיד.
אין אַ טיפֿערן זין, האָט דער ענין פֿון אינערלעכע "שופֿטים און שוטרים" צו טאָן מיט דער עבֿודה פֿון "בירור-ניצוצות". דורך אַן אַחריותדיקן אַנאַליז, קאָנען מיר אָפּלערנען אַ לימוד און געפֿינען אַ "פֿינקל פֿון ג-טלעכקייט" אין אַלע זאַכן, וואָס רינגלען אונדז אַרום. אין אַלע חכמות פֿון דער וועלט שטעקט אַ טײַערער פּערל, וואָס מע קאָן אויסנוצן פֿאַר עבֿודת-הבורא; אונדזער שׂכל און זעלבסט-קאָנטראָל העלפֿט אָפּצוּוואַשן די דאָזיקע פּערל פֿון שטויב.
אינעם פֿאַל פֿון "יפֿת-תּואר", האָבן די חז״ל פֿון אָנהייב אָן באַטאָנט, אַז דאָס דאָזיקע דערלויבעניש איז געגעגעבן געוואָרן "כּנגד יצר-הרע". בזמן-הגלות איז דער דאָזיקער ענין סײַ-ווי-סײַ נישט אַקטועל, און אין גאולה-צײַטן, ווי עס דערקלערן די חסידים צדיקים, וועלן נישט זײַן קיין מלחמות. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגט מען אָבער פֿאַרכאַפֿן פֿרויען בעת מלחמות. דערפֿאַר האָט די תּורה דערלויבט עס צו טאָן, אויב אַ מאַן קאָן זיך נישט אײַנהאַלטן, און אַפֿילו פֿאַררעכנט עס פֿאַר אַ מיצווה, אויב די פֿאַרכאַפּטע פֿרוי ווערט טאַקע אַן ערלעכע ייִדענע. הגם סײַ מצד דער הלכה, סײַ מצד דער הײַנטיקער מאָראַל, וואָלט אַזאַ אַקציע באַטראַכט געוואָרן פֿאַר אַן עבֿירה, בלײַבט פֿאַר אונדז אייביק אַקטועל איר אינערלכער באַדײַט, וואָס האָט אויך צו טאָן מיט "בירור-ניצוצות".
די עבֿודה פֿון "שופֿטים און שוטרים", וואָס מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, פֿאָדערט אַן אויפֿמערקזאַמען, מסודרדיקן אַנאַליז. כּדי אויסצונוצן לשם-שמים פּערל פֿון חכמה, וואָס שטעקן אין פֿאַרשיידענע מענטשלעכע קולטורן און פֿילאָסאָפֿיעס, מוז מען זיי פֿאָרזיכטיק און רויִק באַטראַכטן, פֿאַרגלײַכן און צונויפֿלייגן; אַ צופֿעליקער מישמאַש פֿון היפּוכדיקע אידעען קאָן ברענגען צו פּלאָנטער און מהומה. דערפֿאַר, האָבן אַ טייל גדולי-ישׂראל זיך באַצויגן מיט אַ חשד צו פֿילאָסאָפֿישע שטודיעס, בפֿרט וואָס שייך אַנדערע רעליגיעס. אַזוי ווי בעת אַ מישפּט אינעם בוכשטעבלעכן זין, מוז מען פֿירן אַזעלכע פֿאָרשונגען מיט גרויס אַחריות, שׂכל און קאָמפּעטענץ.
דער ענין מיט "יפֿת-תּואר" איז פּונקט פֿאַרקערט. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן אַ פּשוטן סאָלדאַט, וואָס אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע פֿרוי ציט אים צו, בעת דער סכּנותדיקער מהומה פֿון מלחמה, דערפֿאַר גיט אים די תּורה אַ טעאָרעטישע דערלויבעניש זי צו פֿאַרכאַפּן, ווײַל די יצר-הרע וואָלט סײַ-ווי-סײַ פֿאַרפֿירט אייניקע מענטשן דאָס צו טאָן. עס גייט אַ רייד וועגן אַ גראָבער מעשׂה, וואָס קומט אין סתּירה מיט דער איידעלער מאָראַל, און וואָס אַ סך מענטשן וואָלטן אַפֿילו אויפֿגענומען ווי אַ בפֿירושע באַרבאַרישקייט. ווען נישט דער חידושדיקער היתּר פֿון דער תּורה, וואָלטן מיר זיכער געהאַלטן אַזאַ אויפֿפֿירונג פֿאַר אַ מיאוסער עבֿירה.
און פֿאָרט, ווי עס דערקלערן די קבלה-ספֿרים, איז דער מהומהדיקער מצבֿ פֿון מלחמה צומאָל באַזונדערס מסוגל צו דערזען די באַהאַלטענע פֿינקלעך פֿון קדושה אויף אַ באַזונדערס בולטן אופֿן. אויב די פֿאַרכאַפּטע פֿרוי ווערט טאַקע אַ ייִדענע, ווערט איר פֿאַרכאַפּונג אַפֿילו פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. פּאַראַדאָקסיש, דערלויבט די תּורה צו פֿאַרכאַפּן די "יפֿת-תּואר" נישט צוליב דעם, וואָס זי איז אַ פֿרעמדע, נאָר דווקא צוליב איר באַהאַלטענער ייִדישקייט. די מסודרדיקע און שׂכלדיקע עבֿודה פֿון "שופֿטים און שוטרים" דערלויבט צו געפֿינען די פּערל פֿון חכמה און קדושה, אויב מע פֿירט זי דורך מיט גענוג שׂכל און רויִקייט.
להיפּוך, איז די עבֿודה פֿון "יפֿת-תּואר" — אויב דאָס וואָרט "עבֿודה" איז בכלל פּאַסיק פֿאַר אַזאַ ענין — בפֿירוש אַ ווילדע, סתּירותדיקע, אומשׂכלדיקע און צווייפֿלהאַפֿטיקע. ס׳איז אַפֿילו נישט קלאָר צו פֿאַרשטיין, על-פּי-שׂכל, צי ס׳איז אַ מיצווה, צי אַן עבֿירה. פֿון איין זײַט, ראַטעוועט דער סאָלדאַט זײַן באַשערטע, וועלכע האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין דער וועלט, חתונה געהאַט מיט אַן אַנדער מאַן, בכלל נישט געבוירן ווי אַ ייִדישע טאָכטער, און ביז איצט נישט געהאַט קיין אַנונג, אַז איר עכטער באַשערטער וועט זי פּלוצעם געפֿינען אויפֿן שלאַכט-פֿעלד. פֿון דער צווייטער זײַט, רעדט דאָ די תּורה "כּנגד יצר-הרע". אַ פּלוצעמדיקע לײַדנשאַפֿט פֿלאַקערט אויף אינעם האַרץ פֿון אַ מאַן, בעת דער מלחמהדיקער סכּנה און מהומה, און ציט אים אָפּצוטאָן אַ ווילדע מעשׂה — צו פֿאַרכאַפּן אַ פֿרעמדע פֿרוי צוליב איר שיינקייט. ווי אַ רעזולטאַט, געפֿינט דער סאָלדאַט נישט בלויז אַ פּערל פֿון חכמה, נאָר זײַן כּלה, די קומענדיקע מאַמע פֿון אַ נײַער ייִדישער משפּחה.
עס לייגט זיך גרינג אויפֿן שׂכל, אַז די פֿרידלעכע און אידעאַליסטישע עבֿודה פֿון "יפֿת-תּואר", וואָס איז באַגרינדעט אויף שלום, פּלוראַליזם און דרך-ארץ צו אַנדערע פֿעלקער און קולטורן, ברענגט צו אַ רוחניותדיקער טובֿה. די מעשׂה מיט "יפֿת-תּואר", וואָס האָט צו טאָן מיט קאָנפֿליקט, גוואַלד און ווילדקייט, ברענגט אָבער צומאָל אַפֿילו אַ מער ממשדיקע טובֿה: דער פֿאַרכאַפּער געפֿינט אַ פֿיזישע פֿאָרשטייערין פֿון קדושה און ג-טלעכקייט אין אַן אַנדער פֿאָלק, און גרינדעט מיט איר אַ גאַנצע נײַע צווײַג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווי אַזוי זשע קאָן מען פֿאַרשטיין אַזאַ פּאַראַדאָקס?
די דאָזיקע אומלאָגישקייט איז גופֿא דער וויכטיקער לימוד, וואָס מיר לערנען אָפּ פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. נישט אַלץ אין דער וועלט איז לאָגיש און שׂכלדיק. צומאָל געפֿינט מען די פֿאַרבאָרגענע פֿינקלעך פֿון קדושה דורך ווילדע, סתּירותדיקע און אומשׂכלדיקע מיטלען. די חז״ל זאָגן: "גדולה עבֿירה לשמה ממצוה שלא לשמה"; ווען מע טוט אַן עבֿירה לשם-שמים, ווערט זי צומאָל פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. דער ענין פֿון "יפֿת-תּואר" האָט אָבער צו טאָן מיט דער לײַדנשאַפֿט פֿון יצר-הרע; עס גייט אַפֿילו נישט אַ רייד וועגן אַן "עבֿירה לשמה". און פֿאָרט, ס׳איז מעגלעך צו געפֿינען אַ פֿינקל פֿון קדושה, און דווקא אויף זייער אַ בולטן אופֿן, הגם מע טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן, חלילה, אויף אַזעלכע מיטלען מלכתּחילה. פֿונדעסטוועגן, ווײַזט אונדז די תּורה, אַז אין אַלע זאַכן, אַפֿילו ממש סתּירותדיקע און אויסטערלישע, שטעקט, לכל-הפּחות, אין פּרינציפּ, די באַהאַלטענע ג-טלעכע השגחה און ליכט.