פֿונעם אייביקן קוואַל

דער אינהאַלט פֿון די תּורה־פּרשיות האָט תּמיד אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרענדיקט די האַרבסטיקע יום־טובֿים. יעדעס יאָר לעבן מיר איבער, אויפֿן פּערזענלעכן אינערלעכן ניוואָ, דעם סדר פֿון מעשׂה־בראשית. די ימים־נוראָים איז די צײַט, ווען מיר ווערן גײַסטיק באַנײַט, אַזוי ווי באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. במשך פֿונעם זיבן־טעגיקן חג־הסוכּות פֿאַרשפּרייטן מיר די דאָזיקע באַנײַונג אין אַלע זײַטן פֿון דעם עולם־הזה. מיר שאָקלען די אַרבע־מינים, וואָס סימבאָליזירט די פֿיר אותיות פֿונעם שם־השם, אין אַלע זעקס ריכטונגען פֿונעם אוניווערס; מיר טוען עס אַ גאַנצע וואָך, איבערחזרנדיק דעם סדר פֿון מעשׂה־בראשית און אַנטפּלעקנדיק די קדושה, וואָס שטעקט אינעם ציקלישן גאַנג פֿון דער צײַט.

דער לעצטער יום־טובֿ אינעם חודש תּשרי, שמיני־עצרת און שׂימחת־תּורה, איז נישט פֿאַרבונדן מיט קיין ספּעציפֿישע, בפֿירושע מיצוות פֿון דער תּורה. פֿונדעסטוועגן, איז בײַ די ייִדן אָנגענומען אַ מינהג, וואָס פֿילט אָן די דאָזיקע טעג אין אַ באַזונדערס לעבעדיקער, פֿריילעכער און באַדײַטפֿולער עבֿודה פֿון הקפֿות. אַזוי ווי דער שרײַב־מאַטעריאַל, וואָס דינט ווי אַן יסוד פֿאַר די אותיות פֿון אַ טעקסט, דינט שׂימחת־תּורה ווי אַ סך־הכּל פֿון אַלע פֿאַרגאַנגענע יום־טובֿים. אַזוי ווי דער פּראָצעס פֿון שרײַבן אַ ספֿר־תּורה, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ ליידיקן קלף, און ענדיקט זיך אויך מיטן זעלבן קלף, וואָס טראָגט אין זיך דעם גאַנצן טעקסט פֿונעם חומש, ווערט דער דאָזיקער יום־טובֿ אָנגעפֿילט מיט דעם באַדײַט פֿון די פֿריִערדיקע יום־טובֿים, פֿאַרוואַנדלענדיק זיי אין אַ שלימותדיקער דערפֿאַרונג, ווען עס ווערן באַנײַט, אין דער זעלבער צײַט: די וועלט, די מענטשלעכע נשמה און די תּורה. באַלד נאָך די יום־טובֿים, גאַנץ צוגעפּאַסט צו דעם דאָזיקן ענין פֿון שלימות און באַנײַונג, לייענען מיר די פּרשה "בראשית".

דעם הײַנטיקן שבת הייבט זיך אָן אַ נײַער חודש — חשוון. דער נײַ־געקומענער חודש האָט נאָך אַ נאָמען — מרחשוון. הגם דער דאָזיקער נאָמען שטאַמט פֿון אַן אַנדער שורש, קאָן מען אים אָפּטײַטשן, בדרך־רמז, ווי צוויי ווערטער: "מר־חשבון", "אַ ביטערער חשבון". תּשרי, מיט זײַן דערהויבענער יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער, איז שוין פֿאַרבֿײַ; עס הייבט זיך אָן דאָס געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע יאָגעניש. מיר ווערן ווידער פֿאַרפֿלייצט מיט די הבֿלי־הבֿלים פֿון דעם עולם־הזה, מיט זאָרגן און חשבונות.

די עיקר־טעמע פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "נח", איז טאַקע מבול און מהומה. די מענטשן, מיט זייערע עבֿירות, האָבן געבראַכט אַ מבול אין דער וועלט. דער באַשעפֿער האָט געהייסן נחן אויפֿצובויען די תּיבֿה — אַ גרויסע שיף, וווּ עס קאָנען זיך אויסבאַהאַלטן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע זײַן משפּחה און אַלע חיות. נאָכן מבול, ווען די מענטשן האָבן זיך ווידער פֿאַרמערט אויף דער ערד, האָבן זיי ווידער אָנגעהויבן זינדיקן. דער בייזער קיניג נמרוד האָט געפּרוּווט שאַפֿן אַ וועלט־אימפּעריע, כּדי אַלע מענטשן זאָלן אים דינען ווי אַן אָפּגאָט. כּדי צו ווײַזן זײַן כּוח, האָט נמרוד געהייסן אויפֿשטעלן אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל אינעם צענטער פֿון זײַן אימפּעריע. דאָס אמתע אַחדות צווישן די מענטשן, וואָס האָט געהערשט אין דער וועלט ביז דעמאָלט, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַלשער, געצוווּנגענער פֿאַראייניקונג אונטער נמרודס מאַכט. ווי אַ רעזולטאַט, איז געקומען אַ נײַע קאַטאַסטראָפֿע: דער טורעם איז צעשטערט געוואָרן; אַ טייל מענטשן זענען אומגעקומען און אַ טייל האָבן פֿאַרגעסן די אַלגעמיינע שפּראַך, וואָס פֿלעגט זיי פֿאַראייניקן, און האָבן מער נישט געקאָנט פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.

פֿון די דאָזיקע צוויי מעשׂיות קאָנען מיר אָפּלערנען אַ סך וויכטיקע לימודים. ווי עס שטייט אין דער תּורה, איז די וועלט באַשטראָפֿט געוואָרן מיטן מבול צוליב רויבערײַ און גוואַלד. די שטאַרקע האָבן כּסדר באַרויבט און דערנידעריקט די שוואַכע. צום סוף, האָבן די מענטשן אויך אָנגעהויבן צו פֿאַרגוואַלדיקן די נאַטור גופֿא און צעשאָקלט די סאַמע יסודות פֿונעם אוניווערס, אַרײַנציִענדיק די וועלט אין אַ משונהדיקער קאַטאַסטראָפֿע און דעם טויט פֿאַר זיך. די מעשׂה מיטן מגדל־בבֿל ווײַזט אונדז, אַז אַ צענטראַליזירטער גוואַלד און אַ געצוווּנגענע אָרדענונג טויג אויך נישט. די מענטשן מוזן זיך אויסלערנען אַליין די שפּראַך פֿון אַחדות, ברודערשאַפֿט און ליבשאַפֿט.

ווי מיר האָבן אָפֿטמאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות פֿאַרבונדן מיטן אינהאַלט — צומאָל בפֿירוש, צומאָל ברמז. אין דער הײַנטיקער סדרה גייט אַ רייד וועגן דעם גלאָבאַלן אומיושר, וועלכער האָט גורם געווען וועלט־קאַטאַסטראָפֿעס. מע וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז פֿאַר אַזאַ פּרשה טויג אַזאַ נאָמען, ווי "חורבן" אָדער "צרות". דער נאָמען "נח" שטאַמט אָבער פֿונעם זעלבן שורש, ווי "מנוחה", וואָס קלינגט ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿון דער "דעסטרוקטיווער" הויפּט־טעמע.

אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז ווען די וועלט ווערט באַפֿרײַט פֿון די רשעים, ברענגט עס מנוחה פֿאַר די גוטע מענטשן; דערפֿאַר ווערט אַפֿילו דער מבול גופֿא אַסאָציִיִרט מיטן ענין פֿון רו. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז ווען מע רײַסט איבער דאָס טאָג־טעגלעכע יאָגעניש, וואָס ווערט פֿאַרגליכן מיט אַ מבול, און מע שטעלט זיך אָפּ צו דאַוונען, פֿילט מען אַ רויִקייט אינעם האַרץ. אַדרבה, קאָן דאָס יאָגעניש דווקא פֿאַרשטאַרקן דאָס מנוחה־געפֿיל בעת דער עבֿודת־השם. די דאָזיקע תּירוצים ווײַזן אָן, ווי אַזוי דער ענין פֿון מבול קאָן זײַן פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון רו. דאָס פֿאַרענטפֿערט נישט אָבער די עצם־קשיא: פֿאַרוואָס הייסט די הײַנטיקע פּרשה נישט "אַ מעשׂה וועגן דעם, ווי צעשטערונג קאָן ברענגען אַ מנוחה", נאָר טראָגט דעם נאָמען, וואָס מיינט פּשוט "רויִקייט"?

אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז די הײַנטיקע פּרשה נישט וועגן דעסטרוקציע. על־פּי־חסידות, זענען די רשעים אַליין גורם די צרות — די שטראָף איז אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון זייערע מעשׂים. דער עיקר־צוועק פֿון דער דאָזיקער דערציילונג איז נישט צו סטראַשען די מענטשן, נאָר צו ווײַזן, ווי אַזוי צו ברענגען אַ מנוחה אין אונדזער וועלט, וואָס לײַדט כּסדר פֿון גרויסע און קליינע "מבולס" און "מגדל־בבֿל". רבי פּינחס־אליהו הורוויץ, דער מחבר פֿון "ספֿר־הברית", דערקלערט, אַז דער באַשעפֿער האָט אונדז געגעבן די פֿעיִקייט צו רעדן, ווײַל מענטשן זענען בעצם אַ געזעלשאַפֿטלעכע באַשעפֿעניש, וואָס מוזן לייזן אַלע פֿראַגעס דורך אַ פֿרײַנדלעכן און דרך־ארצדיקן דיאַלאָג איינער מיטן צווייטן. די אַלגעמיינע שפּראַך, וואָס קאָן פֿאַראייניקן די מענטשהייט, איז נישט די שפּראַך פֿון קאָנקורענץ צווישן שטאַרקע און שוואַכע, וואָס פֿאַרוואַנדלט די וועלט אין אַ שטענדיקן מבול, און נישט אַ געצוווּנגענער סטאַנדאַרט, וואָס נמרוד האָט געפּרוּווט אײַנצופֿירן, נאָר די שפּראַך פֿונעם האַרץ — די פֿעיִקייט פֿון מענטשן אויסצוהערן און ליב צו האָבן איינער דעם צווייטן, נישט געקוקט אויף אַלע חילוקים.

דאָס וואָרט "תּיבֿה" מיינט נישט בלויז אַ שיף, נאָר אויך אַ וואָרט. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָט דער אייבערשטער געהייסן נחן אויסצובויען אַ תּיבֿה 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך; אַזאַ מאָס איז געווען גענוג, כּדי צונויפֿצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט. אויב מע פֿאַרשרײַבט די דאָזיקע דרײַ צאָלן מיט די ייִדישע אותיות, באַקומט זיך דער שורש פֿונעם וואָרט "לשון". די שפּראַך פֿון אַחדות און ליבשאַפֿט, וואָס ברענגט צונויף אין איין "שיף" כּלערליי "חיות" — די לעבעדיקע און שעפֿערישע ענערגיע פֿון דער מענטשהייט — איז גופֿא דער וויכטיקסטער מיטל, וואָס קאָן אונדז באַשיצן פֿון צרות און מהומות.