דעם 7טן יולי וועט מען אָפּמערקן דעם 150סטן יוביליי פֿון אַב. קאַהאַן (1860—1951). אַ צענטראַלע פֿיגור ניט בלויז אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", נאָר אויך אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, הערט ניט אויף זײַן לעבן און שאַפֿן אַנאַליזירט ווערן אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק.

דער איצטיקער טאָפּלטער נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט דעם יוביליי פֿון דעם לעגענדאַרן רעדאַקטאָר. מיר האָבן אויסגעקליבן אַ טעמע, וואָס ווײַזט קאַהאַנען ווי אַ כּלל-טוער, וועלכער האָט געקוקט אויף דער וועלט ניט בלויז ווי אַן איבערגעגעבענער מאַרקסיסט און אַ שטרענגער רעדאַקטאָר, נאָר אויך ווי אַ סענטימענטאַלער מענטש. מיר גיבן דעם לייענער אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין קאַהאַנס אַרטיקלען, אין וועלכע ער האָט דערציילט וועגן זײַן רײַזע קיין ווילנע אין יאָר 1919, ווי אויך וועגן זײַן נסיעה קיין ארץ-ישׂראל אין יאָר 1925.

קיין ווילנע, וווּ קאַהאַן איז אויסגעוואַקסן און האָט באַקומען אַ בילדונג, איז ער געקומען פֿון ניו־יאָרק אין קורצן נאָך דעם פּאָגראָם, אין אַפּריל 1919. דעמאָלט איז די פּוילישע אַרמיי אַרײַן אין דער שטאָט, אַרויסגעטריבן פֿון דאָרטן די באָלשעוויקעס, און בשעת-מעשׂה געבראַכט אַ סך צרות — ווי אויך טויט — אין די ייִדישע הײַזער פֿון דער שטאָט. צווישן די בערך זעכציק דערהרגעטע ייִדן איז געווען אויך דער ייִדישער שרײַבער א. ווײַטער (אײַזיק-מאיר דעווענישסקי, 1879—1919). מיטן אָפּשאַצן די בלוטיקע געשעענישן האָט זיך באַשעפֿטיקט אַ ספּעציעלע אַמעריקאַנער קאָמיסיע, בראָש מיט הענרי מאָרגענטוי (Henry Morgenthau). קאַהאַן האָט דערווײַל באַטראַכט דעם מצבֿ מיט זײַנע אייגענע אויגן.

מיר דרוקן אויסצוגן פֿון קאַהאַנס אַרטיקלען, וועלכע זײַנען דערשינען אין "פֿאָרווערטס" אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1919. וועגן קאַהאַנס נסיעה האָט שפּעטער דערציילט מאַקס ווײַנרײַך. זײַן אַרטיקל "ווילנע האָט לאַנג געדענקט קאַהאַנס באַזוך באַלד נאָך דער פּאָגראָם-צײַט אין 1919" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 7טן יולי 1942. אין יענעם טאָג איז דער "פֿאָרווערטס" אַרויס מיט אַ באַזונדערער בײַלאַגע, געווידמעט קאַהאַנען. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען אָפּגעמערקט דעם 60סטן יובֿל פֿון קאַהאַנס אָנקומען קיין אַמעריקע. ווײַנרײַך האָט, בפֿרט, דערציילט:


זומער 1919 איז דאָס געווען, ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל דערזען אַב. קאַהאַנען.

דער ערשטער אײַנדרוק איז געווען אַזאַ: אַ גרויער קאָפּ, מסתּמא שוין אַ זעכציקער. אָבער מיר האָבן באַלד דערזען, אַז ער איז ייִנגער פֿון אַ סך יונגע.

ערשטנס, האָט ער אַלץ געוואָלט וויסן. פֿון 1882, ווען ער איז אַוועק פֿון רוסלאַנד, זײַנען אַוועקגעגאַנגען איבער זעקס-און-דרײַסיק יאָר. פֿאַר דער צײַט איז געוואָרן גאָר אַן אַנדער וועלט. מען טוט זיך אָן אַנדערש, מען וווינט אַנדערש, מען רעדט אַנדערש. ניט געווען די קלייניקייט וואָס זאָל קאַהאַנען ניט געווען פֿאַראינטערעסירן. מען קען זאָגן פֿאַרקערט: קלייניקייטן האָבן אים אינטערעסירט מער ווי אַלץ, ווײַל ער איז שוין געווען דערגאַנגען דעם סוד, אַז די וועלט שטעלט זיך צונויף פֿון לויטער קלייניקייטן.

"זעט נאָר, איר גייט אָנגעטאָן פּונקט ווי מען גייט אין אַמעריקע! אין מײַן צײַט האָט מען זיך דאָ געקליידט גאָר אויף אַן אַנדער שטייגער."

"ווי האָט איר געזאָגט: 'געשעעניש’? אויך אַ גוט וואָרט. מיר זאָגן 'פּאַסירונג’."

כּסדר האָט ער געהאַלטן אָפֿן די אויגן און די אויערן. אַזוי ווי ער וואָלט מורא האָבן עפּעס דורכצולאָזן.

צווייטנס, איז ער געווען ענערגיש און רירעוודיק, אַזוי ווי ער וואָלט ניט געוווּסט וואָס מידקייט איז. נאָר ער איז אומגעגאַנגען, פֿאַנאַנדערגעפֿרעגט זיך, אײַנגעקוקט זיך. גאַנץ פֿרי פֿלעגט ער זיך אויפֿהייבן און אַוועקגיין איינער אַליין איבער דער שטאָט. דער זכּרון פֿאַר אַלץ וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן ווילנער פּעריאָד האָט אויפֿגעהיט אַלע איינצלהייטן מערקווירדיק פֿריש.

אויסגעלאָזן האָט זיך, אַגבֿ, אַז ווי גוט קאַהאַן האָט געדענקט דעם צענטער שטאָט, און איבערהויפּט די ייִדישע גאַסן, אַזוי שוואַך איז בײַ אים פֿאַרבליבן אין זכּרון די אומגעגנט פֿון ווילנע. מיר האָבן דעמאָלט מיט אים צוזאַמען אויסגעפֿונען די סיבה. אין זײַן צײַט, אין די 1880ער יאָרן, איז ניט געווען אָנגענומען, אַז ייִדישע יונגע-לײַט זאָלן מאַכן שפּאַצירן ווײַט הינטערן שטאָט. בײַ אונדזער דור איז שוין געווען גאָר אַנדערש. אין די פּוילישע צײַטן איז אויך געווען די זעלבע מורא פֿאַר שקצים. אָבער מען פֿלעגט ניט נתפּעל ווערן פֿון אָנפֿאַלן און מען פֿלעגט גיין. אין קאַהאַנס צײַטן זײַנען קענטיק געווען נאָר באַשטימטע דאַטשע-ווינקלען, וווּהין די ייִדישע יוגנט פֿלעגט אַרויסגיין אין אַ זומערדיקן שבת.

קאַהאַן איז דעמאָלט אָפּגעווען אין ווילנע אַכצן טעג. ער האָט דערנאָך געשריבן וועגן דעם עטלעכע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אונטערן נאָמען: "אַכצן טעג אין גיהנום". אָבער אַ פּנים אַז אין גיהנום איז אויך פֿאַראַן זיסקייט. איך געדענק, ווען ער האָט שוין געהאַלטן נאָענט בײַם אַוועקפֿאָרן, האָט ער זיך ווידער אַרויסגעכאַפּט מיט זײַן באַגײַסטערונג:

"אַ מאָל טרעפֿט מיט מיר, אַז איך רעד דורכן טעלעפֿאָן, און פּלוצלינג פֿאַרוווּנדער איך זיך אַליין, אַז איך הער פֿון אַזוי ווײַט די שטים פֿון מײַן באַקאַנטן. אַזוי איז דאָ. איך קען זיך גאָר ניט אָפּוווּנדערן, וואָס איך בין אין ווילנע."