|
דאָס הויז אין פּאָדברעזע, וווּ אַב. קאַהאַן האָט זיך געהאָדעוועט פֿון זײַן דריטן יאָר ביזן זעקסטן |
|
איך האָב אין ווילנע פֿאַרבראַכט אַכצן טעג. און אָפּזיצן דאָ אַכצן טעג און ניט זען מיט די אייגענע אויגן עטלעכע בײַשפּילן פֿון דעם פּאָגראָם-גיהנום — דאָס איז אוממעגלעך.
אָט מיט אַ פּאָר טעג צוריק, צום בײַשפּיל, ליגנדיק אין בעט, נאָך ניט אין גאַנצן אַן אויסגעהיילטער פֿון אַן אינפֿלוענציע-אָנפֿאַל, הער איך אַ ליאַרעם. איך שפּרינג אַראָפּ פֿון בעט, לויף צו צום פֿענצטער און קריך אַרויף, צו קענען בעסער זען, וואָס דאָרטן טוט זיך. זע איך אַן עולם פֿון אויפֿגערעגטע און צעשראָקענע מענטשן. איינער, אַ יונגער ייִד, טענהט פֿאַר אַ רײַטנדיקן אָפֿיציר, אָנווײַזנדיק אויף אַ סאָלדאַט. די ווערטער האָב איך ניט געקענט הערן, אָבער פֿון דעם ייִדנס מאַנירן איז לײַכט געווען צו זען, אַז ער קלאָגט זיך אויף דעם סאָלדאַט. דער אָפֿיציר האָט געהערט, געהערט, ביז פּלוצלינג האָט ער מיט זײַן שווערד (ניט אַרויסנעמענדיק אים פֿון דער שייד) אַ ווילדן זעץ געטאָן דעם ייִדן, און דאַן האָבן אַנדערע דערבײַ-שטייענדיקע פּוילישע סאָלדאַטן גענומען שלאָגן די ייִדן.
איך בין דאַן אַרונטערגעלאָפֿן אין די סליפּערס (שטעקשיך) צו זען, וואָס דאָרטן טוט זיך, אָנטוענדיק אַ קראַגן (קאָלנער) און אַ שניפּס בשעת איך בין געלאָפֿן פֿון די טרעפּ. די הוט האָב איך פֿאַרגעסן אָנצוטאָן. אויף די טרעפּ איז מיר אַנטקעגן געלאָפֿן אַ ייִדישער יונגער מאַן, וועלכער האָט געזען די גאַנצע סצענע. און גייענדיק צוזאַמען מיט מיר, האָט ער מיר דערציילט דאָס פֿאָלגנדיקע:
אַ פּוילישער סאָלדאַט איז אַרײַנגעקומען אין אַ קרעמל פֿון איינעם אַ מירקין אויף רודניצקי-גאַס און געפֿאָדערט, אַז מען זאָל אים געבן אַ הילצערן קעסטל. ניט האָבנדיק קיין געדולד אַפֿילו צו וואַרטן, האָט ער געכאַפּט אַ קעסטל מיט צוקערקעס, אַרויסגעוואָרפֿן די צוקערקעס און זיך געלאָזט גיין מיט דעם ליידיקן קעסטל. ווען מירקין האָט פּראָטעסטירט, האָט דער סאָלדאַט אַרויסגעכאַפּט זײַן שפּיזל, זיך פֿאַרמאָסטן און מיט זידל-ווערטער געסטראַשעט אים צו שטעכן. עס איז געוואָרן אַ גערודער. דער סאָלדאַט איז געגאַנגען, און מירקין נאָך אים. דאַן איז אָנגעפֿאָרן אַן אָפֿיציר אויף אַ פֿערד, און מירקין האָט זיך צו אים געוואָנדן מיט זײַן קלאַגע.
איך מוז דאָ דערקלערן, אַז די דאָזיקע פּאַסירונג, וועלכע קען אפֿשר מאַכן אַן אײַנדרוק ווי אַ קלייניקייט, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנץ ערנסטע דערשײַנונג, פֿון וועלכער עס לײַדן ייִדישע קרעמער אין ווילנע און אין אַלע אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין פּוילן. עס קומט אַרײַן אַ סאָלדאַט, אָדער אַ פּאָר סאָלדאַטן. זיי נעמען סחורה און באַצאָלן ניט. דאָס רובֿ מאַכט דער קרעמער אַ שווײַג און פֿרייט זיך נאָך, וואָס מען שלאָגט אים ניט. אין די ערשטע פּאָר וואָכן נאָך דעם ווי די פּאָליאַקן זײַנען אַרײַן אין ווילנע און געמאַכט אַ שחיטה אויף ייִדן און רויבערײַ אויף זייערע הײַזער און געשעפֿטן — אין יענע וואָכן איז דאָס געווען אַ שטענדיקע מגפֿה. דער סוף איז געווען, אַז ס׳רובֿ ייִדישע קראָמען זײַנען געווען אין גאַנצן צוגעמאַכט. איצט איז שוין אַ ביסל לײַכטער. די מאָרגענטוי-קאָמיסיע האָט דאָך אַ שטיקל ווירקונג. די רעגירונג אַפּעלירט, מען זאָל ניט אַטאַקירן קיין ייִדן. עס איז אַפֿילו אויסגעקלעפּט אַן אַפֿיש, וווּ עס ווערט געמאָלדן, אַז אַ סאָלדאַט האָט מען געשאָסן דערפֿאַר וואָס ער האָט באַרויבט ייִדן. דער אַפֿיש איז אויסגעקלעפּט געוואָרן איצט, ווען מען דערוואַרט די מאָרגענטוי-קאָמיסיע אין ווילנע. עס איז קלאָר, אַז מען וועט דאָס אויסנוצן ווי אַ באַווײַז, אַז די רעגירונג טוט איר פֿליכט.
מײַנער אַ באַקאַנטער האָט זיך אָפּגעשטעלט צו לייענען איינעם פֿון די דאָזיקע אַפֿישן. צו דער זעלבער צײַט האָט זיך אויך אָפּגעשטעלט אַ פּוילישע דאַמע און איר טאָכטער.
"שאַנדע! פֿאַר אַ ייִדן נעמען זיי זיך אָן!" — האָט באַמערקט די טאָכטער. — "איבער אַ ייִדן זאָל מען שיסן אַ פּוילישן סאָלדאַט!"
"אָבער אַ רויבער איז דאָך אַ רויבער" — האָט זיך אָפּגערופֿן די מוטער. — "עס מאַכט ניט אויס, וואָס ער האָט באַרויבט אַ ייִדן. ער איז פֿאָרט אַ רויבער."
באַלד איז צוגעקומען אַ זשאַנדאַר. ווען ער האָט איבערגעלייענט דעם אַפֿיש, האָט ער געמאַכט אַ קרומע העוויה און דעם אַפֿיש אַראָפּגעריסן.
דאָס אַלגעמיינע געפֿיל בײַ די פּאָליאַקן, דאָס געפֿיל אויף וועלכן עס איז געבויט זייער עפֿנטלעכע מיינונג, איז אַז אָנצונעמען זיך פֿאַר אַ ייִדן — אַפֿילו קעגן אַ רויבער אָדער אַ מערדער — טאָר מען ניט. עס איז זייער ניט קיין פּאָפּולערע זאַך. די דערמאָנטע דאַמע איז אַן אויסנאַם. די טאָכטער רעפּרעזענטירט די שטימונג. איך זאָג עס אָן דער קלענסטער איבערטרײַבונג. עס איז אַבסאָלוט אַזוי. און אין דעם באַשטייט איינער פֿון די הויפּט-פּונקטן פֿון דער גאַנצער שרעקלעכער געשיכטע. די העכסטע פּוילישע פּערזאָנען אין ווילנע — און אַפֿילו די אָנשטענדיקסטע פֿון זיי; די, וועלכע פֿילן בײַ זיך אין האַרצן אַן עקל צו דער מגפֿה פֿון רויבערײַ, שלעגערײַ און אַלערליי אַנדערע ווילדקייטן — סמייען (דערוועגן זיך) דאָס ניט צו פֿאַרדאַמען. אַ פּוילישער פּאָליטישער פֿירער האָט מיר געזאָגט אין פּאַריז: "ניט צו זײַן אַן אַנטיסעמיט איז איצט אין פּוילן אַ גרויסע געפֿאַר פֿאַר אַ קאַריערע." דער רעזולטאַט איז, אַז ווען מען כאַפּט אַ סאָלדאַט אָדער אַן אָפֿיציר בײַ אַ רויב קעגן אַ ייִדן, בלײַבט דער פֿאַרברעכער פֿראַנק און פֿרײַ.
* * *
מיר וועלן זיך אומקערן צו דער מירקין-געשיכטע.
איך האָב פּראָטעסטירט. עס האָט זיך אַרײַנגעמישט אַן אַנדער סאָלדאַט, וועלכער האָט צו מיר גערעדט אויף דײַטש. ער האָט גערעדט פֿרעך און מיט סטראַשונקעס. בשעת איך בין געשטאַנען און געפֿאָדערט, ער זאָל רעדן מיט אַ העפֿלעכן טאָן, איז צוגעקומען אַ זשאַנדאַר. ער האָט אָנגעהויבן שאַרף רעדן צו מיר, און איך האָב אים געענטפֿערט, אַז ער האָט אויך קיין רעכט ניט צו זײַן אומהעפֿלעך. דער סוף איז געווען, אַז דער זשאַנדאַר האָט מיך אַרעסטירט. אַזוי ווי איך בין געשטאַנען אין די סליפּערס און אָן אַ הוט, האָט ער מיט דער הילף פֿון צוויי סאָלדאַטן מיך אַוועקגעפֿירט אין דער פּאָליציי-פֿאַרוואַלטונג, בערך אַ בלאָק פֿון דאָרטן. אויפֿן וועג האָט מיר עמעצער געבראַכט מײַן הוט.
באַלד האָט זיך באַוויזן אַן אַנדער אָפֿיציר. מען האָט מיך אַרײַנגעפֿירט צו אַ קאַפּיטאַן. מײַנע דאָקומענטן האָב איך בײַ זיך ניט געהאַט. דאָך ווען דער קאַפּיטאַן האָט געהערט, אַז איך בין אַן אַמעריקאַנער קאָרעספּאָנדענט, האָט ער פֿון דעם ענין זיך אָפּגעטרייסלט. ער האָט געענטפֿערט, אַז דאָס האָט ניט צו טאָן מיט אים, נאָר מיט זײַן קאָמאַנדיר. מײַנע באַגלייטער האָבן מיר פֿאָרגעשלאָגן צו גיין מיט מיר אין מײַן האָטעל-צימער, איך זאָל זיך אָנטאָן. ווען מיר זײַנען געקומען אין מײַן צימער, האָט דער צווייטער אָפֿיציר (ער איז געווען וויכטיקער פֿאַר דעם ערשטן) געבעטן, איך זאָל אים ווײַזן מײַנע דאָקומענטן. ער האָט זיך פֿאַרקוקט אויף מײַן אַמעריקאַנער פּאַס און אויף אַ דאָקומענט, וועלכן מען האָט מיר אַרויסגעגעבן אין וואַרשע, אַז איך האָב רעכט אַרומצופֿאָרן איבערן מיליטערישן געביט און אַז מען בעט מיר צו ווײַזן פֿרײַנדלעכקייט און אויפֿמערקזאַמקייט. דאַן האָט ער מיר די פּאַפּירן אומגעקערט און געזאָגט:
"מיר וועלן אײַך ניט טרעוואָזשען (באַאומרויִקן). נאָכמיטאָג וועט איר זײַן אַזוי גוט און קומען אין דער קאָמענדאַטור."
"וואָס הייסט?" — האָב איך געענטפֿערט. — "איך בין אַרעסטירט. אַז אַרעסטירט, איז אַרעסטירט!"
"אוי, מיר האָבן ניט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ דאָקומענט איר האָט" — האָט ער געענטפֿערט.
"וואָס האָט דאָס פֿאַר אַ שײַכות?" — האָב איך געפֿרעגט. — "אויב איך בין באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, טאָ וואָס מאַכט עס אויס וואָס פֿאַר אַ פּאַפּיר איך האָב?"
"נו, אויב איר רעדט אַזוי, טאָ קומט טאַקע" — האָט ער אַרויסגעזעצט, רויט ווערנדיק און אויפֿגערעגט.
מיר זײַנען אַרונטער אין גאַס, און איך האָב צוגערופֿן אַן איזוואָשטשיק (בעל-עגלה). אַ סאָלדאַט האָט זיך געזעצט מיט מיר, און די צוויי אָפֿיצירן האָבן גענומען אַ צווייטן איזוואָשטשיק און זײַנען נאָכגעפֿאָרן פֿון הינטן.
ווען מיר זײַנען געקומען, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער צווייטער אָפֿיציר איז דאָרטן אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין דעם לעצטן צימער, און דאָרטן, זעצנדיק זיך בײַ אַ טיש און בעטנדיק מיך זיצן, האָט ער מיך העפֿלעך געפֿרעגט, וואָס עס איז פֿאָרגעקומען צווישן מיר און די סאָלדאַטן און דעם אָפֿיציר.
"איצט איז די זאַך דערקלערט" — האָט ער ענדלעך געזאָגט. — "דאָס איז אַלץ."
ער האָט אַ נייג געטאָן, ווײַזנדיק, אַז איך בין פֿרײַ. און איך בין אַוועקגעפֿאָרן צוריק אין מײַן האָטעל.
די שטאָט האָט מיט דער געשיכטע געקאָכט ווי אַ קעסל. עס איז פֿאַר קיינעם ניט געווען קיין סוד, אַז ווען ניט מײַן אַמעריקאַנער פּאַס און די אַנדערע פּאַפּירן, וועלכע דער אַמעריקאַנער געזאַנדטער האָט פֿאַר מיר באַקומען, וואָלט די געשיכטע געהאַט אַ גאַנץ אַנדערן כאַראַקטער.
* * *
מען פֿאַרגלײַכט די פּוילישע פּאָגראָמען מיט די רוסישע. די רוסישע פֿלעגן זיך פֿונאַנדערפֿלאַקערן און אויפֿהערן. די פּוילישע הערן ניט אויף, אַ שטענדיקע קייט פֿון פּאָגראָמעלעך. און אויף די דעליקאַטע יסורים-פֿאַרשאַפֿענישן, אויף די איידעלע נשמה-רײַסענישן פֿון דעם פּוילישן פּאָגראָמשטשיק זײַנען די רוסן ניט פֿעיִק.
יעדנפֿאַלס — די רוסישע הערשאַפֿט האָט איר לעבן געענדיקט מיט פּאָגראָמען. און די איצטיקע פּוילישע מלוכה הייבט מיט דעם איר לעבן אָן. אַ שלעכטער אָנהייב!
אַב. קאַהאַן באַטראַכט
די שטאָט
זינט איך בין אין ווילנע, שטיי איך אויף אומגעוויינלעך פֿרי. בײַ פֿינף אַ זייגער, אָדער אַפֿילו פֿריִער, שלאָפֿט זיך מיר שוין ניט. הײַנט איז אויך אַזוי געווען. איך האָב זיך אויפֿגעכאַפּט, ווען אויף גאַסן איז נאָך געווען אַ גרויע, פֿאַרשלאָפֿענע שײַן. איך בין געלעגן מיט אָפֿענע אויגן, געקוקט אויף די דרײַ פֿענצטער פֿון מײַן האָטעל-צימער. געקוקט און געטראַכט וועגן דער ווילנע פֿון אַ מאָל און דער ווילנע פֿון הײַנט. דאָס איז אַן ענין, וועגן וועלכן איך ווער ניט מיד צו טראַכטן. איך האָב נעכטן וועגן דעם געקלערט, אייערנעכטן — כּמעט יעדע מינוט פֿון יעדן טאָג.
די געדאַנקען האָבן מיך אין גאַנצן פֿון פֿאַרשלאָפֿנקייט אויסגעטשוכעט (אויפֿגעוועקט), איך האָב שוין מער ניט געקענט ליגן. איך בין אַרויס פֿון בעט, צוגעגאַנגען צו איינעם פֿון די פֿענצטער, זיך געזעצט און גענומען קוקן.
|
צווישן קוילןֹ־גאַס און ווענגרי־גאַס - אַ ריי צו דער "ביליקער" קיך |
|
דער האָטעל איז אויפֿן ראָג רודניצקי-גאַס, אַנטקעגן דעם אַלטן טעאַטער. פֿון די פֿענצטער זעט זיך דאָס ברייטע שטיקל גאַס פֿון דער רעכטער האַנט פֿון דעם טעאַטער. דאָס איז דער אָנהייב פֿון "ברייטער גאַס". פֿאַר עטלעכע יאָרן האָט מען דעם טראָטואַר דאָ גערופֿן "נעווסקי" (ווי די הויפּט-גאַס אין פּעטערבורג). בײַ דעם אָנהייב פֿון נעווסקי שטייט דער קאַטעדראַל, די וויכטיקסטע רוסישע קירך.
תּמיד האָט די דאָזיקע קירך דאָ רעגירט, ווײַל אונטער די צאַרן האָט זי פֿאָרגעשטעלט די הערשנדיקע רעליגיע. אין אָפֿיציעלע יום-טובֿים פֿלעגט מען דאָ קלינגען מיט די גלאָקן, און דער קלונג פֿלעגט פֿאַרשפּרייטן אַ געפֿיל פֿון מורא פֿאַר דער גרויזאַמער מאַכט פֿון דעם צאַרישן דעספּאָטיזם. גענעראַלן פֿלעגן אין דעם דאָזיקן קאַטעדראַל גיין מיט גרויסן פּאַראַד, טראָגנדיק אין די הענט זייערע יום-טובֿדיקע היטלען, באַפֿליגלט מיט רויטע און ווײַסע פֿעדערן.
ווי איך בין אַזוי געזעסן און געקוקט און געטראַכט, האָב איך דערהערט טריט פֿון אַ מאַרשירנדיקער מחנה. דאָס זײַנען געווען פּוילישע סאָלדאַטן. זיי זײַנען געגאַנגען צום וואָקזאַל צו. אַלע פֿרימאָרגן און אַ גאַנצן טאָג גייען דאָ אַזעלכע מחנות. צום פֿראָנט שיקט מען זיי. ווען זיי זײַנען צוגעקומען צום קאַטעדראַל, האָבן זיי אָנגעהויבן צו זינגען. זייערע ניגונים זײַנען ניט קיין שיינע. עס איז אין זיי ניטאָ דער פֿײַער און די אומעטיקע זיסקייט פֿון די רוסישע און קליינרוסישע (אוקראַיִנישע) מעלאָדיעס.
אויף די היגע ייִדן וואַרפֿן זיי אויף אַ מורא. סאָלדאַטסקע ניגונים וואַרפֿן תּמיד אויף אַזאַ געפֿיל — רוסישע אויך. אָבער די פּוילישע מיליטערישע לידער קלינגען מיט די נעכטיקע פּאָגראָמען און מיט די טאָגטעגלעכע פּאָגראָמעלעך. אַ מאָל איז דאָס ליד גופֿא אַן אַנטיסעמיטישע. אַזוי מאַרשירן זיי, די פּוילישע סאָלדאַטן, דורך די ייִדישע גאַסן און זינגען געזאַנגען פֿון בלוטיקן האַס.
דער קאַטעדראַל מיט זײַן צאַרן-מאַכט שטייט ווי אַ יתום. די פּראַוואָסלאַוונע קירך איז דאָ טויט. די קאַטוילישע האָט די מאַכט איבערגענומען. ניטאָ שוין מער קיין צאַרן-הערשאַפֿט. אַנשטאָט איר — אַ פּוילישע רעפּובליק! אָבער די פּאָגראָמען זײַנען נאָך ערגערע, און די טיראַנײַ ניט קיין בעסערע. אויסגעביטן דעם טײַוול אויפֿן שוואַרץ יאָר.
ייִדיש אין ווילנע
די אינטעליגענץ פֿון שטאָט, וועלכע באַשעפֿטיקט זיך מיט קהלשע זאַכן, האָט אַוועקגעוואָרפֿן די רוסישע שפּראַך און רעדט ייִדיש. מענטשן, וואָס האָבן געענדיקט רוסישע אוניווערסיטעטן און האָבן דרײַסיק-פֿערציק יאָר נאָר רוסיש גערעדט, האָבן אָנגעהויבן צו רעדן ייִדיש. די "סײַנס" (שילדן) בײַ דאָקטוירים, דענטיסטן זײַנען אויף ייִדיש. זייערע וויזיט-קאַרטלעך — אויף ייִדיש. איך בין געווען אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון לערער, און דאָרטן האָט מען גערעדט אויף ייִדיש. איך בין געווען אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער קהילה (דער לאָקאַלער ייִדישער פּאַרלאַמענט) און מען האָט גערעדט נאָר ייִדיש. איך בין געווען אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון זשורנאַליסטן און ליטעראַטן און אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון בונדיסטן, און דאָרטן האָט מען דאָך אַוודאי גערעדט אויף ייִדיש. איך בין געווען אין עטלעכע אינטעליגענטע פּריוואַט-הײַזער, בײַ אַ פּאָר פֿון די רײַכע און געבילדעטע פֿאַמיליעס פֿון שטאָט, און די געשפּרעכן זײַנען דאָרטן געפֿירט געוואָרן האַלב אויף רוסיש, האַלב אויף ייִדיש. אין אַנדערע געבילדעטע הײַזער בין איך געווען, האָבן מיר דורכויס גערעדט רוסיש. די דאָזיקע פֿאַמיליעס באַשעפֿטיקן זיך ניט מיט קיין כּלל-באַוועגונגען.
מען דאַרף האָבן אין זינען, אַז ווילנע איז איצט אַ שטאָט אָן אַ באַשטימטער רעגירונג. מען ווייסט ניט צו וועמען זי וועט באַלאַנגען, צי צו די ליטווינער, צי צו די פּאָליאַקן. צו רוסלאַנד מסתּמא ניט. אַלזאָ, פֿילן זיך די ווילנער ייִדן ווי אָן אַ שפּראַך. דאָס גיט צו פֿײַער דעם ייִדישיזם. און וואָס ווײַטער וועט זײַן, ווייסט מען ניט.
אין וואַרשע, אָבער, וווּ די הערשנדיקע שפּראַך איז באַשטימט, פֿילט זיך אויף טריט און שריט, אַז די ייִדישע שפּראַך האָט ניט קיין צוקונפֿט. עס איז אַן איבערראַשונג צו הערן וויפֿל פּויליש עס ווערט גערעדט אַפֿילו אין רעכטן מיטן פֿון דעם ייִדישן קוואַרטאַל, הויפּטזאַכלעך (דער עיקר) צווישן דעם יונגן דור.
|
יאַטקעווער גאַס נומ׳ 5 |
|
אויף די גאַסן פֿון ווילנע רעדן דאָס רובֿ יונגע לײַט אויף רוסיש — דאָס רובֿ פֿון די וואָס האָבן אַ מער אָדער ווייניקער אינטעליגענטן אויסזען. אָבער אַז רוסיש וועט אין דער דאָזיקער שטאָט קיין קיום ניט האָבן איז דײַטלעך, סײַדן ווילנע און גאַנץ ליטע זאָל ווערן אַ זעלבשטענדיקער טייל פֿון רוסלאַנד, ווי אַ שטאַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
* * *
ווילנע האָט צוויי טעגלעכע ייִדישע צײַטונגען: "דער טאָג", וועלכער ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער דעמאָקראַטישער ייִדישער פּאַרטיי און פֿון פֿאָרשטייער פֿון "בונד", און די "ייִדישע צײַטונג", וואָס איז דער אָפֿיציעלער אָרגאַן פֿון די ציוניסטן. ביידע זײַנען ערנסטע, רײַכע בלעטער. אָבער "דער טאָג" האָט אַ סך מער לייענער. שמואל ניגער איז דער רעדאַקטאָר פֿון "טאָג", און לייב יאָפֿה איז דער רעדאַקטאָר פֿון דער "ייִדישער צײַטונג". אומעטום, וווּ די ציוניסטן גיבן אַרויס אַ צײַטונג, האָט זי זייער ווייניק לייענער. אַזוי איז עס אין ווילנע, אַזוי איז עס אין וואַרשע, אַזוי איז עס אין לאָדזש. די ציוניסטן זײַנען אָבער מיינסטנס דער בעל-הבתּים-קלאַס, די רײַכסטע. אַלזאָ, האָבן די ציוניסטישע בלעטער ווער עס זאָל זיי שטיצן. די אַרבעטער-מאַסן האַלטן זיך בײַם "בונד" און בײַ די פּועלי-ציון. דער "בונד" איז אַ סך שטאַרקער ווי די פּועלי-ציון. אָבער די לעצטע האָבן אויך אַ סך נאָכפֿאָלגער, הגם די צאָל אַרבעטער איז אין פּוילן און ליטע ניט גרויס. אין פּוילן האָט דער "בונד" אַ גאַנץ היפּשן דערפֿאָלג בײַ די שטאָט-וואַלן. אַזוי איז עס אין וואַרשע, אין לאָדזש, פּעטריקאָוו און לובלין.
טראָץ דעם הונגער, דער טויטקייט פֿון די געשעפֿטן און דער אַרבעטלאָזיקייט, איז דאָס גײַסטיקע לעבן אין ווילנע נישקשהדיק שטאַרק. מען לייענט, מען דעבאַטירט, מען קאָכט זיך וועגן ליטעראַטור, קונסט. זלמן רייזען, אַבֿרהם רייזענס ייִנגערער ברודער, וועלכער איז דער באַגײַסטערטסטער ייִדישיסט אין ווילנע, שרײַבט און האַלט לעקציעס וועגן די אוצרות פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ניגער איז באַשעפֿטיקט מיט צוזאַמענשטעלן אַ נײַע אויסגאַבע — די ערשטע פֿולשטענדיקע און גוט סאָרטירטע אויסגאַבע פֿון י. ל. פּרצעס ווערק. ווילנע איז ווילנע!
אויף די באַראַטונגען האָב איך געהערט אַ געהובלטע, פּאָלירטע ייִדישע שפּראַך, פֿול מיט דײַטשישע און העברעיִשע אויסדרוקן, אָבער אין גרונט דאָך — דאָס ייִדישע לשון. די רעדנער האָבן זיך אויסגעדריקט פֿלינק און מיט קײַלעכדיקע פֿראַזעס, עס איז קענטיק געווען, אַז זיי רעדן און שרײַבן תּמיד אויף דער דאָזיקער שפּראַך. עס איז ניט די ייִדישע שפּראַך פֿון די מאַסן. עס איז ניט די שפּראַך, וועלכע איך האָב פֿון ווילנע מיטגענומען מיט זיך, ווען איך בין פֿון דאָרטן אַוועקגעפֿאָרן אין די יונגע יאָרן, און וועלכע איך רעד נאָך עד-היום (ניט רעכנדיק מײַנע "אַל-רײַט"ס, "וועל"ס אָדער "יעס"עס). זייער ייִדיש איז ייִדיש אין אַ שניפּס מיט אַ קראַגן. עס איז אָבער פֿאָרט ייִדיש, און דער ווילנער אַקצענט איז דער ווילנער אַקצענט.
* * *
אויף קליין סטעפֿאַן-גאַס געפֿינט זיך די רעדאַקציע פֿון דעם ווילנער "טאָג". דאָס איז דער הויף פֿון דעם מעצענאַט און פֿאַרלעגער באָריס קלעצקין, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן גרויסע סומעס געלט אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָרטן איז געווען די הויפּט-קוואַרטיר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: שלום אַש, דוד איינהאָרן און אַנדערע. ניט ווײַט פֿון דאָרטן וווינט איצט ש. ניגער, דער קריטיקער, וועלכער איז דער רעדאַקטאָר פֿון "טאָג". אייגנטלעך איז זײַן וווינונג ערגעצוווּ. אָבער פֿון דאָרטן האָט מען ניגערן געשלעפּט אין דער צײַט פֿון דעם פּאָגראָם. דאָרטן האָט מען די פֿאַמיליע באַראַבעוועט, אַראָפּגעריסן די רינגלעך פֿון מאַדאַם ניגערס פֿינגער און מיט אַ ביקס געסטראַשעט איר מיידעלע, אַ קינד פֿון צוויי יאָר. יענע דירה דערמאָנט די ניגערס אויך אָן דעם מאָרד פֿון זייער פֿרײַנד א. ווײַטער, דעם שרײַבער, וועלכן די לעגיאָנערן (פּוילישע סאָלדאַטן) האָבן אָן אַ פֿאַר וואָס אַוועקגעשלעפּט אויפֿן הויף און דערשאָסן. ווײַטער פֿלעגט זיי באַזוכן יעדן טאָג. אַלזאָ, איז דער מאַדאַם ניגער שרעקלעך אַפֿילו דורך יענער גאַס דורכצוגיין, און די פֿאַמיליע וווינט איצט בײַ אַנדערע.
* * *
איך האָב ניגערן געפֿונען אין זײַן אַרבעט-צימער, וועלכער איז פֿאַרפּאַקט מיט ביכער, ייִדישע און רוסישע. די פֿאַמיליע וווינט אין דער פֿרעמד, אָבער ניגער אָן זײַנע ביכער איז ווי אַ פֿידל-שפּילער אָן זײַן פֿידל. ווען ער וואָלט אַריבערגעפֿאָרן אין אַן אַנדער אָרט אויף צוויי טעג, וואָלט ער, דאַכט זיך, אויך מיטגענומען זײַן ביבליאָטעק. אַרומגערינגלט מיט זײַנע געפּאַקטע פּאָליצעס, זעט ער אויס ווי אַ געבוירענער טייל פֿון דעם גײַסט, מיט וועלכן די דאָזיקע ביכער פֿילן אָן דעם צימער.
ער איז ניט קיין ווילנער. ער באַלאַנגט אָבער אַהער מיט זײַן יעדן בליק.
ווילנע איז אַ שטאָט פֿון לומדות און חריפֿות. אַ מאָל איז זי דאָס געווען אין דעם פֿאַרצײַטיקן ייִדישן זין, און איצט איז זי דאָס אין דעם נײַעם ייִדישן זין. און ניגער, דער קריטיקער פֿון דער נײַער ליטעראַטור, איז דאָ דער צענטער פֿון דעם נײַעם גײַסטיקן ייִדישן לעבן. ער איז דער פֿאָרזיצער פֿון דעם היגן ליטעראַטן און זשורנאַליסטן פֿאַראיין. ער איז די נשמה פֿון אַ גאַנץ וועלטעלע.
אין אַ געוויסן זין, קען אַזאַ וועלטעלע עקזיסטירן אַם בעסטן אין דער שטאָט, וועלכע מען רופֿט "ירושלים פֿון ליטע". די גײַסטיקייט פֿילט זיך דאָ אין דער לופֿט. זי פֿילט זיך דאָ אַזוי דײַטלעך, ווי עס פֿילט זיך דאָ איצט דער הונגער. און בלויז אין ווילנע, דאַכט זיך, קען דער קערפּערלעכער הונגער ניט באַזיגן דעם גײַסטיקן. מיט די לעצטע כּוחות, אויסגעמוטשעט פֿון פֿאַסטן, פֿלעגט מען דאָ זיך מפֿלפּל זײַן וועגן אַ "פֿעט" שטיקל גמרא. און איצט האָב איך דאָ שוין געזען, ווי מענטשן קאָכן זיך וועגן אַ פּאָר ייִדישע פּאָעטן, כאָטש אויף די פּנימער פֿון די דעבאַטאַנטן האָט מען געקענט איבערלייענען, אַז זיי געדענקען ניט די צײַט, ווען זיי האָבן אַן אמתן מאָלצײַט אָפּגעגעסן.
עס איז פֿאַראַן אַ ווערטל: "ווילנער נאַשערס". זיי זײַנען אָבער גײַסטיקע נאַשערס אויך.
אַ מאָל פֿלעגן קיין ווילנע קומען די עילוים און לומדים פֿון גאַנץ ליטע. שפּעטער פֿלעגן אַהער שטראָמען די משׂכּילים פֿון גאַנץ ליטע. איצט, דאָס הייסט פֿאַר דער מלחמה, איז דאָ געווען דער הויפּט-"יאַריד" פֿון די נײַע ייִדישע דענקער, פֿירער, שרײַבער, זינגער, אידעאַליסטישע טוער. דאָ איז געווען דאָס וויגעלע פֿון דעם "בונד". אַהער פֿלעגן זיך צוזאַמענפֿאָרן די נײַע באַרימטקייטן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור, צי פֿון ליטע גופֿא צי פֿון וואַרשע. דאָ איז דער קולטור-צענטער.
די לעצטע פֿיר-פֿינף יאָר האָבן פֿון דער שטאָט אַ חורבן געמאַכט. אָבער דעם ווילנער גײַסט האָבן זיי ניט צעפּאָגראָמעוועט.
אַפֿילו די היגע מאַסן, די עם-הארצים, זײַנען דאָ אַ ביסל אַנדערש ווי אין אַנדערע שטעט. אין זייער סאַמע עם-הארצות פֿילט זיך אַ מין אינטעליגענץ, אַ גײַסטיקע איידלקייט.
אָבער דאָך! ווי גרויס עס איז די טראַגעדיע! ווי האַרץ-רײַנסדיק עס איז צו קוקן אויף די הונגעריקע פּנימער, די גײַסטיקע!
דלות און הונגער
איך האָב די שטאָט גענוי דורכגעקוקט און דורכשטודירט. און טאָמער זײַנען אין ווילנע צוגעקומען נײַע גאַסן, האָב איך זיי אויך אָפֿט באַזוכט, וואָרעם דאָרטן וווינען גראָד מײַנע נײַע באַקאַנטע און אייניקע פֿון מײַנע אַלטע. אַלזאָ: איך האָב ווילנע גוט באַטראַכט. און — דער אײַנדרוק איז זייער, זייער אַ טרויעריקער.
אַ שטעמפּל פֿון דלות ליגט אויף ווילנע. איר זעט דעם חורבן פֿון פֿינף יאָר מלחמה, רעוואָלוציע און פּוילישער הערשאַפֿט. צום בײַשפּיל: די גאַסן זײַנען שוין פֿינף יאָר ניט איבערברוקירט געוואָרן, און די טראָטואַרן זײַנען שוין פֿינף יאָר ניט פֿאַרריכט געווען. דער ברוק אין ווילנע איז געווען אַ צרהדיקער אַפֿילו אין די גוטע צײַטן. פֿון אַרומגעהאַקטע גלאַטע שטיינער ווייסט מען דאָרטן ניט. די שטיינער זײַנען שפּיציק. זיי שטעכן די פֿיס צו גיין איבער זיי. עס איז אַ רחמנות אויף די פּאָדעשוועס און עס איז אַ רחמנות אויף די פֿיס. הײַנט שטעלט זיך שוין פֿאָר דעם זעלבן ברוק איצטער! ער איז פֿול מיט גריבער און מיט בערגלעך. אַ פֿערד רירט זיך אויף אים קוים און די טראָטואַרן זײַנען צעריסן, צעפֿליקט. עס פֿעלן אַ סך ברעטלעך. דער טראָטואַר זעט אויס ווי דאָס מויל פֿון אַן אַלטער פֿרוי, וווּ עס פֿעלן ציין. עס שטאַרצן אַרויס טשוועקעס. עס איז אַזוי שווער צו גיין איבער אַזאַ טראָטואַר, אַז ס׳רובֿ גיי איך שוין בעסער אויף דעם צרהדיקן ברוק.
די אײַנוווינער זײַנען אויסגעמוטשעט פֿון הונגער און פֿון צרות. אויף טריט און שריט שטייען מענטשן מיט אויסגעשטרעקטע הענט. געוועזענע בעלי-הבתּים בעטן נדבֿות. איר זעט דעם יקרות, איר זעט ווי שווער עס איז צו פֿאַרדינען אַ גראָשן. איר זעט, אַז די וואָס בעטלען, נעבעך, זײַנען בלויז אַ קליינער טייל פֿון די וואָס הונגערן. איר באַגעגנט צענדליקער און צענדליקער מענער און פֿרויען מיט פֿאַרחושכטע פּנימער, געלע, שוואַכע. איר פֿאַרשטייט, אַז זיי האָבן ניט גענוג צו עסן, נאָר זיי פּרוּוון, נעבעך, אָנהאַלטן אַ בכּבֿודיקן אויסזען. איך טראָג שטענדיק בײַ זיך אַ פּאַק מיט פּאַפּירענע האַלבע רובלס און טייל זיי.
כּמעט יעדעס מאָל וואָס איך גיב נדבֿה, פֿאַרקוועטשט מיר דאָס האַרץ אי פֿון אַ רחמנות אי פֿון שאַנדע פֿאַר זיך אַליין. וואָס קען מען מאַכן מיט אַ האַלבן רובל, ווען ברויט קאָסט פֿיר און אַ פֿערטל רובל? און דאָך — מיט וואָס פֿאַר אַ זשעדנעקייט און מיט וואָס פֿאַר אַ פֿיבערישער דאַנקבאַרקייט מען כאַפּט דאָס פּאַפּירעלע! מיט וואָס פֿאַר אַ שטראָם ברכות, עכטע ווילנער ברכות, ווײַבערשע געפֿליגלטע ווילנער ווערטער, וועלכע איך געדענק אַזוי גוט פֿון מײַנע יונגע יאָרן. ווילנע איז די גרעסטע שטאָט אין דער וועלט אויף ברכות און אויף קללות. איך טייל האַלבע רובלס, אָבער מען דאַרף האָבן מיליאָנען, כּדי אמתע שטיצע צו געבן. עס בלײַבט, אַלזאָ, איבער מיר יוצא צו זײַן, ווי אַלע צדקה-געבער טוען.
עס איז ביטער אויפֿן האַרצן. עס איז שרעקלעך. מחנותווײַז שטייען די אָרעמע לײַט, נעבעך. אין אַלע טיילן פֿון שטאָט שטייען זיי. דאָרטן, וווּ אַזעלכע סצענעס פֿלעגן פֿאַר דער מלחמה אוממעגלעך זײַן. זיי שטייען. זיי לויפֿן נאָך אײַך נאָך. זיי שרײַען וועגן זייער הונגער. עס איז שרעקלעך. עטלעכע אינטעליגענטע מענטשן האָבן זיך צו מיר געוואָנדן מיט ביטעס וועגן אַ העמד. זיי האָבן שוין עטלעכע וואָכן די העמד ניט געביטן. מענטשן שטאַרבן פֿון הונגער, זיי שטאַרבן לאַנגזאַם. אָדער פֿון קראַנקייטן, וועלכע אַנטוויקלען זיך פֿון הונגער.
* * *
אַ ייִד זאָגט מיר: "עס טרעפֿט אָפֿט, אַז דער הונגער מאַכט פֿון דעם שענסטן מענטשן אַ באַרג אַש".
ער האָט געגעבן אָנצוהערעניש אויף געוויסע אָנשטענדיקע פֿרויען, וועלכע די נויט האָט צעבראָכן. דאָס איז הויפּטזאַכלעך געווען בשעת די דײַטשן האָבן דאָרטן געהערשט, אין דעם ערשטן יאָר און אַ האַלב פֿון זייער געוועלטיקונג, ווען זיי זײַנען געווען שטאַרק און זייער דרוק איז געווען שרעקלעך. דאַן איז דער הונגער געווען אומבאַשרײַבלעך.
און עס איז געווען אַן אָפֿענער סוד, אַז אייניקע בעל-הבֿיתּישע פֿרויען אָדער טעכטער האָבן געהאַט צווייפֿלהאַפֿטע פֿרײַנדשאַפֿט מיט דײַטשישע אָפֿיצירן. עס זײַנען געווען מענער און פֿאָטערס, וועלכע האָבן זיך געמאַכט ניט זעענדיק. אַזאַ פֿאַמיליע האָט געהאַט ספּעציעלע שפּײַז און ספּעציעלע דערלויבענישן. פֿון הונגער איז זי שוין ניט געשטאָרבן. אייניקע זײַנען אַפֿילו געווען אין שטאַנד געשעפֿטן צו פֿירן און רײַך צו ווערן. מען פֿלעגט רעדן, אַז צו דער אָדער יענער פֿרוי גייט אַרײַן אַן אָפֿיציר. מען פֿלעגט שוין וויסן, וואָס דאָס האָט באַטײַט. נאַטירלעך, זײַנען דאָס געווען שיינע פֿרויען. און עס האָט געהאַלטן אַזוי ווײַט, אַז יעדע שיינע פֿרוי פֿלעגט מען חושד זײַן, זיך צוקוקן צו איר, באַרעדן זי אַפֿילו ווען זי איז געווען ריין.
איך האָב דאָס זעלבע אויך געהערט פֿון אַנדערע, און דער אײַנדרוק איז געווען, אַז אין סך-הכּל איז די צאָל אַזעלכע "שולדיקע פֿרויען" געווען קליין. די דײַטשישע אָפֿיצירן האָבן געהאַט מער באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע פֿרויען, ווײַל זיי האָבן מיט זיי געקענט רעדן. אין אַ סך פֿאַלן זײַנען זיי באמת באַפֿרײַנדט געוואָרן מיט זיי און ניט אַלע פֿון די געשיכטעס, וואָס מען דערציילט, זײַנען געווען פֿון דעם סאָרט, וועלכן מען פֿאַרבינדט מיט די רעזולטאַטן פֿון הונגער. עס זײַנען געווען ליבע-געשיכטעס אויך. און פֿרײַע צינגער האָבן פֿון פֿליגן געמאַכט העלפֿאַנדן — יעדע אמתע געשיכטע איז געכּפֿלט געוואָרן אויף צען.
* * *
דער אָנגעקליבענער חושך פֿון דער מלחמה, פֿון דער דײַטשישער הערשאַפֿט און הונגער, פֿון דעם הונגער אונטער די באָלשעוויקעס, פֿון דער שחיטה און רויבערײַ ווען די פּאָליאַקן זײַנען אַרײַן, און איצט פֿון דעם שרעקלעכן דרוק פֿון זייער ייִדן-פֿײַנדלעכער געוועלטיקונג — דאָס אַלץ ליגט אויסגעגאָסן אויף די פּנימער פֿון די מענטשן און אויף דעם ברוק און די מויערן פֿון די גאַסן. אָפּגעשיילטע ווענט, ניט געפֿאַרבטע, ניט געטינקעוועטע. אַלץ איז פֿאַרדאַרט, פֿאַרטריקנט, פֿאַרשמאַכט.
ווילנע איז תּמיד געווען אַ דלות-שטאָט. זי האָט שטענדיק געהאַט מער תּורה ווי פּרנסה, מער גײַסטיק לעבן ווי ברויט. אַן אַלטע, אַלטע שטאָט מיט די זעלבע הויפֿן און הײַזער ווי פֿאַר דרײַ הונדערט יאָר, מיט די זעלבע גאַסן, וועלכע מען וואָלט אין אַן אַנדער שטאָט אַפֿילו "געסלעך" ניט גערופֿן. און אַזוי זײַנען זיי געבליבן. איך האָב מורא געהאַט, אַז אין די אַכט און דרײַסיק יאָר האָבן זיי זיך געענדערט, און איך וועל מײַן ווילנע ניט דערקענען. ניו-יאָרק האָט זיך פֿאַר דער צײַט דרײַ מאָל אין גאַנצן געביטן. איך האָב אָבער אומזיסט מורא געהאַט. ווילנע איז תּמיד צו אָרעם, צו פֿאַרדלותט זיך צו ענדערן. מען האָט צוגעבויט נײַע גאַסן אַנדערשוווּ, אָבער די אַלטע ווילנע איז געבליבן מיט איר פֿאַרצײַטיקייט, מיט איר אײַנגעפֿונדעוועטן קבצנות, מיט איר אָפּגעשטאַנענקייט. אַזוי ווי אומישנע (בכּיוון), כּדי איך זאָל מײַן שטאָט דערקענען.