שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

אונדזער זון גייט איצט דורך אַ שווערע צײַט. ער איז 37 יאָר אַלט און האָט שוין געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע מלאָכות — ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער יונגער־מאַן. די פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס ער האָט אַזוי פֿיל זאַכן געטאָן אַזוי גוט, אַז ער קען זיך אין גאַנצן נישט אָפּגעבן קיין איינעם פֿון זיי. צו ערשט, האָט ער שטודירט יוריספּרודענץ און האָט געאַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט עטלעכע יאָר. איז ער נישט געווען צופֿרידן. האָט ער באַשלאָסן נאָכצוגיין זײַן חלום — בינע־קונסט. פֿיר יאָר האָט ער געשפּילט ווי אַן אַקטיאָר און האָט געמאַכט אַ נישקשהדיקע קאַריערע, אָבער לסוף נישט געקענט זיך אַליין אויסהאַלטן. האָט ער זיך אַרײַנגעצויגן צוריק צו אונדז אַהיים מיט צוויי חדשים צוריק. איך און מײַן פֿרוי זענען נישט זיכער וואָס צו טאָן.

ער איז אונדזער זון און מיר ווילן אים העלפֿן, אָבער ווי לאַנג דאַרף אַ 37־יאָריקער מאַן וווינען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע? ווי קען איך צום בעסטן העלפֿן אונדזער זון ווערן אומאָפּהענגיק?

טאַטע


טײַערער טאַטע,

איר און אײַער פֿרוי דאַרפֿן זיך אַוועקזעצן מיטן זון און זיך אויפֿריכטיק דורכשמועסן וועגן דעם ענין. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז פּונקט ווי איר האַלט נישט, אַז אײַער זון דאַרף שוין מער נישט וווינען בײַ אײַך, איז אים אויך נישט אײַגענעם די גאַנצע מעשׂה. צוזאַמען קענט איר אויסאַרבעטן אַ צײַטפּלאַן און סטראַטעגיע פֿאַר דער צוקונפֿט. אפֿשר זאָלט איר אים בעטן, אַז אין אַ חודש אַרום זאָל ער געפֿינען זײַן אייגענע דירה. ס'איז מעגלעך, אַז ער קען אַרבעטן ווי אַן אַדוואָקאַט און, פֿון צײַט צו צײַט, אויך שפּילן אויף דער בינע. עס קלינגט, ווי ער דאַרף געפֿינען אַ באַלאַנס אין זײַן לעבן. דער דאָזיקער קלוגער און פֿעיִקער מאַן וואָלט געדאַרפֿט קענען זיך אַליין געבן אַן עצה, ווי אַזוי דאָס צו דערגרייכן. אָבער אָן אַ ליבלעכן שטויס אַרויס פֿון דער טיר, וועט ער זיך צו לײַכט צוגעוווינען צו בלײַבן אין דער היים.


טײַערע חזנטע,

די צאָל טובֿות וואָס מײַנע "פֿרײַנד" בעטן בײַ מיר איז שוין נישט אויסצוהאַלטן. איך בין דאָך זייער אַ פֿאַרנומענע פֿרוי. בײַ טאָג אַרבעט איך ווי אַ קראַנקן־שוועסטער, פֿאַרזאָרג צוויי גרעסערע קינדער און אַ מאַן, און קאָך אַ וועטשערע יעדן אָוונט. ווײַל איך האָב אַ קאָפּ פֿאַר טעכנישע זאַכן, קלינגען מײַנע פֿרײַנד, דער עיקר, פֿרויען אין די 50ער יאָרן, צוליב די קאָמפּיוטער־פּראָבלעמען. דערצו, קלינגט מען ווען זיי, אָדער מאַן און קינדער ניסן, הוסטן, אָדער סע רינט בײַ זיי די נאָז. אין אַן אמתן נויט בין איך גערן צו העלפֿן, אָבער פֿאַר אַ פֿאַרקילונג אָדער בויך־ווירוס דאַרף מען מיך נישט האָבן. ווי קען איך אָפּשטעלן דאָס קלינגען, איך זאָל נישט אויסזען ווי אַ קאַלטע נשמה?

קראַנקן־שוועסטער־טעכניקערין


קראַנקן־שוועסטער־טעכניקערין,

עס זענען פֿאַראַן עטלעכע אופֿנים אָפּצושטעלן די דאָזיקע טעלעפֿאָן־קלונגען. קודם־כּל, ענטפֿערט נישט תּיכּף אויף זיי. זאָלן זיי וואַרטן אַ טאָג, צוויי. אויב מע כאַפּט אײַך נישט אויף דער הייסער מינוט, מוזן זיי געפֿינען אַן אַנדער רפֿואה. אויב איר זענט אַלע מאָל די ערשטע צו העלפֿן, וועט מען אַלע מאָל קלינגען צו אײַך.

צווייטנס, קענט איר פּשוט רעדן מיט די פֿרײַנד וואָס קלינגען צו אָפֿט פֿאַר די "טובֿות" און זיי זאָגן, אַז "איר וואָלט געדאַרפֿט אָנקלינגען צו אַ קינדער־דאָקטער, נישט צו מיר" אָדער זיי זאָגן, אַז איר האָט נישט קיין צײַט צו פֿאַרריכטן זייער קאָמפּיוטער, און מע זאָל ווײַטער נישט קלינגען. אַ ביסל ערלעכקייט צוזאַמען מיט אַ ביסל אָרדענונג, וועט פֿאַרזיכערן, אַז אײַערע פֿרײַנד וועלן פֿאַרשטיין אײַערע געפֿילן.


טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר רופֿט מיך קיין מאָל נישט בײַם נאָמען ווען מיר פֿאַרברענגען מיט אַנדערע. ער רופֿט מיך תּמיד "מײַן חבֿרטע" אָדער "מײַן מיידל" אָדער "מײַן זיסקייט". איך קען נישט באַשליסן, צי דאָס זענען צערטל־ווערטער, צי באַרימערײַ פֿון זײַן זײַט.

"זײַן חבֿרטע"


טײַערע "זײַן חבֿרטע",

וואָס איז יאָ וויכטיק, זענען אײַערע געפֿילן. אויב, מיט די אויסדרוקן וואָס ער ניצט, פֿילט איר זיך געליבט — איז גוט; אויב איר פֿילט זיך אומבאַקוועם, דאַרפֿט איר אים זאָגן וועגן דעם. מסתּמא טראַכט אײַער חבֿר אַפֿילו נישט, אַז ער רופֿט אײַך אויף אַזאַ "כאַפּערישן" אופֿן; ער איז אַפּנים שטאָלץ, וואָס ער האָט אײַך ווי "זײַן חבֿרטע".


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office

10400 Wilshire Blvd

Los Angeles, CA 90024