יוסף-יצחק שניאורסאָן (1880—1950) |
די רוסישע שטאָט סמאָלענסק, וואָס איז נאָענט צו דער ווײַסרוסישער גרענעץ, איז ניט באַקאַנט ווי אַ מאַגנעט פֿון אינטערנאַציאָנאַלן טוריזם. נאָך ווייניקער האָט אַזאַ רעפּוטאַציע די געגנט אַרום דער שטאָט. און דאָך איז יאָ פֿאַראַן אַן אָרט אין דער סמאָלענסקער געגנט, וווּהין עס פֿאָרן אויסלענדישע געסט. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם דאָרף ליובאַוויטש, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען די ליובאַוויטשער חסידים. זיי זעט מען אָפֿט אין דעם דאָרף.
הײַנט האָט ליובאַוויטש אין גאַנצן אַרום 400 תּושבֿים. קיין ייִדן זײַנען צווישן זיי ניטאָ. דעם 4טן נאָוועמבער 1941 האָבן די נאַציסטן אומגעבראַכט דאָרטן 483 ייִדן. דער ייִשובֿ ווערט דערמאָנט אין היסטאָרישע דאָקומענטן זינט דעם 16טן יאָרהונדערט. אין יענע מקומות האָט עס געשפּילט אַ ראָלע פֿון אַן אַדמיניסטראַטיוון און עקאָנאָמישן צענטער. ליובאַוויטש איז געווען באַרימט מיט דעם גרעסטן יאַריד אין דער גאַנצער געגנט. ס׳רובֿ היגע אײַנוווינער זײַנען געווען ייִדן.
אָבער באַזונדערס באַרימט איז דאָס אָרט געוואָרן אַ דאַנק דער משפּחה שניאורסאָן. אַרום זיי האָט זיך אויפֿגעבויט דאָס חסידישע לעבן בײַ די ליטווישע ייִדן, וועלכע זײַנען בדרך-כּלל קיין חסידים ניט געווען. ס׳רובֿ ליטווישע ייִדן — און די סמאָלענסקער געגנט האָט געהערט צו דער ייִדישער "ליטע" — זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַע מתנגדים.
בעת יעדער אינוואַזיע פֿון מערבֿ פֿלעגט סמאָלענסק און די געגנט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַן אַרענע פֿון בלוטיקע שלאַכטן. אַזוי איז עס געווען אויך בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין יאָר 1915 האָט דער פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי, שלום-דובער שניאורסאָן (1860—1920), געמוזט פֿאַרלאָזן ליובאַוויטש און זיך באַזעצן אין ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן, וווּהין די מלחמה איז דעמאָלט ניט געקומען. דאָרטן, אין דער קאַזאַקישער שטאָט, איז דער רבי געשטאָרבן. בראָש די ליובאַוויטשער חסידים האָט זיך געשטעלט זײַן זון, יוסף-יצחק שניאורסאָן (1880—1950).
* * *
בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן די איצטיקע געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק, וואָס די שניאורסאָנס האָבן געזאַמלט זינט דעם סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט. בײַ דער צײַט, ווען די מלחמה האָט געפֿאָדערט אַן עוואַקואַציע, האָט די ביבליאָטעק געהאַט צענדליקער טויזנטער ספֿרים, כּתבֿ-ידן און דאָקומענטן.
ס׳איז באַשלאָסן געוואָרן צו צעטיילן די ביבליאָטעק. אַרום 12 טויזנט ספֿרים און 15 טויזנט דאָקומענטן (אַרײַנגערעכנט 381 כּתבֿ-ידן) האָט מען געבראַכט קיין מאָסקווע. דאָרטן האָבן זיי זיך אָפּגעהיט אין דעם ביכער-סקלאַד פֿון די רײַכע מאָסקווער סוחרים פּערסיץ און פּאָליאַקאָוו. נאָך דער רעוואָלוציע האָבן די באָלשעוויקעס נאַציאָנאַליזירט אַלע גרויסע פּריוואַטע קאָלעקציעס. אַזוי זײַנען די ספֿרים און פּאַפּירן פֿון דער שניאורסאָן-זאַמלונג אַריבער אין דער ביבליאָטעק, וועלכע האָט שפּעטער געהייסן "לענין-ביבליאָטעק". איצט איז עס די מלוכישע ביבליאָטעק פֿון רוסלאַנד.
אַן אַנדער גורל האָט געהאַט דער צווייטער טייל פֿון דער זאַמלונג, וועלכן דער רבי שלום-דובער שניאורסאָן האָט מיטגענומען, ווען ער איז געפֿאָרן קיין ראָסטאָוו. אין 1924 האָט זײַן זון, ר׳ יוסף-יצחק שניאורסאָן, געמוזט פֿאַרלאָזן ראָסטאָוו און זיך באַזעצן אין לענינגראַד. אַהין איז אויך געבראַכט געוואָרן זײַן ביבליאָטעק. אין 1927 האָבן אים די באָלשעוויקעס אַרעסטירט און באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט. ווי אַ "שׂונא פֿון דער רעוואָלוציע", האָט מען אים געשטעלט פֿאַר אַ סאָוועטישן געריכט, וואָס האָט אַרויסגעטראָגן דעם קורצן פּסק-דין: טויט.
אַ ברייטע אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע האָט געראַטעוועט דעם רביס לעבן. מלוכה-לײַט און אינטעלעקטואַלן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער האָבן געפֿאָדערט, מע זאָל אים באַפֿרײַען. אין 1928 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן זיך צוצוהערן צו די פּראָטעסטן און האָט דערלויבט דעם רבין אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד. ער האָט זיך תּחילת באַזעצט אין ריגע, אָבער אין יאָר 1934 איז ער געקומען קיין פּוילן. קיין אַמעריקע איז ער אָנגעקומען ערשט אין 1940, ווען אין אייראָפּע האָט שוין געפֿלאַקערט דאָס פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. זינט 1950, האָט דער זיבעטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם-מענדל שניאורסאָן (1902—1994), אַנטוויקלט אַ ברייטע טעטיקייט אין צענדליקער לענדער. די ליובאַוויטשער חסידים האָבן אָנגעהויבן שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין ייִדישן און אַלגעמיינעם לעבן.
* * *
דער רבי יוסף-יצחק שניאורסאָן האָט ניט געוואָלט פֿאָרן קיין אַמעריקע. ער האָט געהאַט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער ניט געוואָלט דאָרטן בלײַבן. אין זײַנע אויגן איז עס געווען אַן אַפּיקורסיש לאַנד. ער האָט זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק נאָר ווען קיין אַנדער ברירה איז שוין ניט געווען. פּוילן האָט ער פֿאַרלאָזט ווי אַ פּליט, אַזוי אַז וועגן מיטנעמען זײַן ביבליאָטעק האָט קיין רייד ניט געקענט גיין. די ביבליאָטעק איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס.
ווען היטלערס דײַטשלאַנד איז צעקלאַפּט געוואָרן, האָבן אַ סך אַרכיוון און ביכער-זאַמלונגען דורכגעמאַכט אַ וועג אויף מיזרח, קיין רוסלאַנד. דעם צווייטן טייל פֿון דער שניאורסאָן-זאַמלונג איז באַשערט געווען צו געפֿינען אַן אָרט בשכנות מיט דעם ערשטן טייל — אין מאָסקווע. תּחילת האָט מען עס געהאַלטן אין דעם צענטראַלן מלוכה-אַרכיוו פֿון דער רויטער אַרמיי, וואָס הייסט איצט אַנדערש: דער מלוכישער מיליטערישער אַרכיוו פֿון רוסלאַנד.
אין די יאָרן פֿון ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָבן די ליובאַוויטשער ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן, מע זאָל זיי אומקערן די ביבליאָטעק. עס איז שוין געווען אַ מאָמענט, ווען אַ רוסישער געריכט האָט אָנערקענט זייערע רעכט. אָבער פֿון דעם איז גאָרנישט ניט אַרויס.
דער רוסישער צד דערלויבט צו נוצן די זאַמלונג, אָבער זאָגט זיך אָפּ עס אָפּצוגעבן, ניט געקוקט אויף שתּדלנות פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, סענאַטאָרן און אַ סך אַנדערע טוער. עס האָט ניט געהאָלפֿן אויך דער באַשלוס פֿון דעם וואַשינגטאָנער ריכטער רויס לאַמבערט, וועלכער האָט הײַיאָר, אין אויגוסט, אָנערקענט די רעכט פֿון די ליובאַוויטשער. פֿאַר וואָס האָט די רוסישע רעגירונג זיך פֿאַרעקשנט? זייער פּשוט: מע האָט מורא צו שאַפֿן אַ פּרעצעדענט.