- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בשכנות מיט דער וועלטלעכער "ייִדישער גאַס" געפֿינט זיך גאָר אַן אַנדער "ייִדישע גאַס", וווּ דאָס ייִדישע וואָרט און דער ייִדישער לעבנס־שטייגער שפּרודלט טאָג־טעגלעך. איר האָט שוין אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז די באַזיצערס פֿון דער צווייטער "ייִדישער גאַס" זײַנען די חסידים — פֿון קליין ביז אַלט. מע קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזערע אָרטאָדאָקסישע שכנים זײַנע נישט קיין גאַסט־פֿרײַנדלעכע מענטש; מיר קאָנען אָבער אויך נישט זאָגן, אַז זיי עפֿענען פֿאַר יעדן איינעם זייער טיר און פֿענצטער, שוין אָפּגערעדט, וועגן זייער נשמה. מיר זײַנען דאָך פֿאָרט שכנים און גייען אויס צו וויסן וואָס עס טוט זיך דאָרט, בײַ יענע חשובֿע ייִדן; וועלן מיר, ווי מאָדערנע מענטשן, אַרײַנקוקן צו זיי דורכן דערלויבטן פֿענצטערל פֿון קאָמפּיוטער, אָדער, בלעטערנדיק זייערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. מיר לאָזן איבער דעם אויסלייג פֿון דער פּובליקאַציע. פֿון רעדאַקציע בשכנות מיט דער וועלטלעכער "ייִדישער גאַס" געפֿינט זיך גאָר אַן אַנדער "ייִדישע גאַס", וווּ דאָס ייִדישע וואָרט און דער ייִדישער לעבנס־שטייגער שפּרודלט טאָג־טעגלעך. איר האָט שוין אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז די באַזיצערס פֿון דער צווייטער "ייִדישער גאַס" זײַנען די חסידים — פֿון קליין ביז אַלט. מע קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזערע אָרטאָדאָקסישע שכנים זײַנע נישט קיין גאַסט־פֿרײַנדלעכע מענטש; מיר קאָנען אָבער אויך נישט זאָגן, אַז זיי עפֿענען פֿאַר יעדן איינעם זייער טיר און פֿענצטער, שוין אָפּגערעדט, וועגן זייער נשמה. מיר זײַנען דאָך פֿאָרט שכנים און גייען אויס צו וויסן וואָס עס טוט זיך דאָרט, בײַ יענע חשובֿע ייִדן; וועלן מיר, ווי מאָדערנע מענטשן, אַרײַנקוקן צו זיי דורכן דערלויבטן פֿענצטערל פֿון קאָמפּיוטער, אָדער, בלעטערנדיק זייערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. מיר לאָזן איבער דעם אויסלייג פֿון דער פּובליקאַציע. פֿון רעדאַקציע גרויסער וווּקס אין ירושלים נישט געקוקט אויף אַלע ענגשאַפֿטן לאָמיר אָנהייבן מיט ירושלים. די הייליקע שטאָט ווערט פֿאַרעלטערט און נאָך דעם ווי דער פּרײַז פֿון דירות איז ווידער געשטיגן, האָבן נאָר ווייניק יונגע פּאָרלעך געקענט צוקומען. לכאורה האָט עס באַדאַרפֿט גורם זײַן דאָס שליסן זיך פֿון אַ צאָל מוסדות. אָבער דאָס האָט נישט פּאַסירט. אַ גרעסערע צאָל פֿון מוסדות אין דער שטאָט האָבן גאָר פֿאַרגרעסערט די כּיתּות פֿאַרן נײַעם יאָר תּשע״א. די רוסישע שטאָט סמאָלענסק, וואָס איז נאָענט צו דער ווײַסרוסישער גרענעץ, איז ניט באַקאַנט ווי אַ מאַגנעט פֿון אינטערנאַציאָנאַלן טוריזם. נאָך ווייניקער האָט אַזאַ רעפּוטאַציע די געגנט אַרום דער שטאָט. און דאָך איז יאָ פֿאַראַן אַן אָרט אין דער סמאָלענסקער געגנט, וווּהין עס פֿאָרן אויסלענדישע געסט. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם דאָרף ליובאַוויטש, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען די ליובאַוויטשער חסידים. זיי זעט מען אָפֿט אין דעם דאָרף. הײַנט האָט ליובאַוויטש אין גאַנצן אַרום 400 תּושבֿים. קיין ייִדן זײַנען צווישן זיי ניטאָ. דעם 4טן נאָוועמבער 1941 האָבן די נאַציסטן אומגעבראַכט דאָרטן 483 ייִדן. דער ייִשובֿ ווערט דערמאָנט אין היסטאָרישע דאָקומענטן זינט דעם 16טן יאָרהונדערט. אין יענע מקומות האָט עס געשפּילט אַ ראָלע פֿון אַן אַדמיניסטראַטיוון און עקאָנאָמישן צענטער. ליובאַוויטש איז געווען באַרימט מיט דעם גרעסטן יאַריד אין דער גאַנצער געגנט. ס׳רובֿ היגע אײַנוווינער זײַנען געווען ייִדן. אויף דער פֿראַגע, וואָס איז די הויפּט-אינדוסטריע אין אומאַן, אַ שטאָט 125 מײַל פֿון קיִעוו, ענטפֿערט מען בדרך-כּלל: ראָש-השנה. די זאַך איז, אַז אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810), וועלכער איז געשטאָרבן דאָרטן פֿון טובערקולאָז. טויזנטער חסידים האַלטן פֿאַר נייטיק עולה-רגל זײַן אין אָט דער פּראָווינציעלער אוקראַיִנישער שטאָט, וואָס האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום 90 טויזנט נפֿשות, אַרײַנגערעכנט עטלעכע הונדערט ייִדן. אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט אַ פּאָר יאָרצענדליק צוריק. דעמאָלט האָט זיך סטיכעיִש באַוויזן די אָרגאַניזאַציע פֿון יונגע ייִדישע בעקערס, וועלכע האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ מין בירגערוואַך אין זייער געגנט פֿון ניו-יאָרק. די בעקערס פֿלעגן צעפֿירן בײַ נאַכט ברויט און, בשעת-מעשׂה, האָבן זיי אָנגעהויבן זיך קעגנשטעלן די פֿאַרברעכערס, וועלכע האָבן געפּרוּווט — אויך בײַ נאַכט — גנבֿענען אויטאָס. הײַנטיקע טעג זײַנען אַזעלכע שומרים טעטיק אין פֿיר חרדישע געגנטן פֿון ניו-יאָרק: באָראָ-פּאַרק, וויליאַמסבורג, קראַון-הײַטס און פֿלעטבוש. מעשׂה. אַמאָל איז געווען אַ מלך. און דער מלך האָט געהאַט אַ חכם, האָט זיך דער מלך אָנגערופֿן צום חכם: — באשר עס איז דאָ אַ מלך, וואָס ער חתמעט זיך, אַז ער איז אַ גרויסער גיבור און אַ איש־אמת און אַן עניו, כּלומר, איז ער אַן אמתער מענטש און ער האַלט פֿון זיך נישט. וויל איך, אַז דו זאָלסט מיר ברענגען דעם פּאָרטרעט פֿון מלך. איז דער חכם געגאַנגען אין דער מדינה אַרײַן. * * * האָט ער זיך מישבֿ געווען, דער חכם, אַז ער דאַרף פֿריִער וויסן דעם מהות פֿון דער מדינה, כּלומר: די זאַך פֿון דער מדינה, ווי אַזוי די מדינה פֿירט זיך. און דורך וואָס קען ער וויסן דעם מהות פֿון דער מדינה? דורך דעם קאַטאָוועס פֿון דער מדינה. וואָרעם אַז מען באַדאַרף וויסן אַ זאַך, מוז מען וויסן דעם קאַטאָוועס פֿון דער דאָזיקער זאַך. וואָרעם עס זײַנען פֿאַראַנען אַלערליי קאַטאָוועסן. עס איז דאָ איינער, וואָס וויל טאַקע יענעם טרעפֿן מיט זײַנע רייד, און אַז יענער האָט פֿאַראיבל אויף אים, זאָגט ער: — איך טרײַב קאַטאָוועס, אַזוי ווי עס שטייט אין פּסוק, כּמתלהלה היורה זקים ואמר הלא מצחק אַני, כּלומר, אַזוי ווי איינער, וואָס שיסט פֿײַלן אין האַרץ אַרײַן און זאָגט, איך טרײַב קאַטאָוועס. און אַזוי איז דאָ איינער, וואָס ער מיינט טאַקע אויף קאַטאָוועס; ער איז אָבער פֿאָרט מזיק דעם אַנדערן מיט זײַנע רייד. און צווישן די אַלע מדינות איז דאָ אַ מדינה, וואָס זי איז כּולל אַלע מדינות, און אין דער דאָזיקער מדינה איז דאָ אַ שטאָט, וואָס איז כּולל אַלע שטעט פֿון גאָר דער מדינה. און אין דער דאָזיקער שטאָט איז דאָ אַ שטוב, וואָס זי איז כּולל די אַלע שטיבער פֿון דער גאַנצער שטאָט, וואָס זי איז כּולל די אַלע שטעט פֿון דער מדינה, וואָס זי איז כּולל די אַלע מדינות. און דאָרט איז פֿאַראַן איינער, וואָס ער מאַכט נאָך דאָס לצנות און דעם קאַטאָוועס פֿון דער גאַנצער מדינה. האָט דער חכם מיט זיך גענומען זייער אַ סך געלט און איז אַהין געגאַנגען. האָט ער געזען, אַז מען מאַכט דאָרט כּלערליי געשפּעט און לצנות. און ער האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם קאַטאָוועס, אַז די גאַנצע מדינה איז פֿול מיט שקר מתּחילה עד סוף. וואָרעם ער האָט געזען, ווי מען טרײַבט שפּאַס, ווי אַזוי מען נאַרט מענטשן אין משׂא־מתּן. דער אָפּגענאַרטער קומט זיך לדין אין מאַגיסטראַט. דאָרט איז אָבער כּולו שקר. מען נעמט דאָרטן שוחד. גייט ער צום העכערן סאָנד (געריכט). אויך דאָרטן איז אָבער כּולו שקר. און דער חכם האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם דאָזיקן קאַטאָוועס, אַז די גאַנצע מדינה איז פֿול מיט שקרים, מיט רמאָות, אַז עס איז אין איר קיין שום אמת נישטאָ. איז ער געגאַנגען און האָט געהאַנדלט אין דער מדינה, און האָט זיך געלאָזט אָפּנאַרן אין משׂא־מתּן. נאָך דעם איז ער געגאַנגען זיך לאָדן פֿאַר די געריכטן. האָט ער געזען, אַז זיי זײַנען אַלע פֿול מיט ליגן און זיי נעמען אַלע שוחד. הײַנט האָט ער זיי געגעבן שוחד, און אויף מאָרגן האָבן זיי אים שוין נישט דערקענט. איז ער געגאַנגען צו אַ נאָך העכערן געריכט. און אויך דאָרטן איז כּולו שקר געווען — ביז ער איז אָנגעקומען שוין פֿאַר דעם סענאַט. און אויך דאָרטן זײַנען זיי פֿול געווען מיט שקר און מיט שוחד. איז ער געגאַנגען שוין צום מלך אַליין, און אַז ער איז געקומען צום מלך, האָט ער זיך אָנגערופֿן און געזאָגט: — איבער וועמען ביסטו אַ מלך? די מדינה איז דאָך אין גאַנצן פֿול מיט ליגן. פֿון דעם אָנהייב ביז צום סוף. עס איז אין איר קיין שום אמת נישטאָ. און ער האָט אָנגעהויבן אויסדערציילן גאָר די פֿאַלשקייט פֿון דער מדינה. אַז דער מלך האָט געהערט זײַנע רייד, האָט ער צוגעבויגן זײַנע אויערן צום פֿאָרהאַנג, ער זאָל גוט הערן. וואָרעם עס איז בײַם מלך אַ גרויס וווּנדער געווען, אַז עס זאָל זיך געפֿינען אַ מענטש, וואָס זאָל וויסן קענען די פֿאַלשקייט פֿון דער מדינה. און די שׂרי־מלוכה, וואָס האָבן געהערט זײַנע רייד, זײַנען אויף אים זייער ברוגז געווען. און דער חכם הנ״ל איז אַלץ געשטאַנען און האָט אויסגערעכנט די אַלע שקרים פֿון דער מדינה. און ער האָט זיך אָנגערופֿן, דער חכם, און געזאָגט: — מען וואָלט געקענט זאָגן, אַז דער מלך איז אויך אַזוי ווי זיי, אַז ער האָט ליב ליגן, אַזוי ווי זײַן מדינה, נאָר אַדרבה, פֿון דאַנען זעט מען, אַז דו ביסט אַן איש־אמת, ווײַל דו ביסט ווײַט פֿון זיי: דו קענסט נישט סובֿל זײַן דעם שקר פֿון דער מדינה. און ער האָט אָנגעהויבן, דער חכם, זייער שטאַרק לויבן דעם מלך. דער מלך, מחמת ער איז געווען אַ גרויסער עניו, איז אַרײַנגעקומען אין גרויס קטנות, ביז ער איז געוואָרן ממש גאָרנישט, מחמת דעם גרויסן שבֿח, וואָס דער חכם האָט אים געלויבט און געגרויסט. וואָרעם אַזוי איז דער שטייגער פֿון עניו: אַז וואָס מער מען לויבט אים, וואָס מער מען גרייסט אים, ווערט ער אַלץ קלענער, אַלץ מער עניו. האָט ער זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן און האָט אַ וואָרף געטאָן דעם פֿאָרהאַנג, ער זאָל זען דעם חכם, ווער עס איז דער וואָס ווייסט און פֿאַרשטייט דאָס אַלץ. איז דערווײַל אַנטפּלעקט געוואָרן דאָס פּנים פֿון דעם מלך. האָט אים דער חכם געזען און האָט אָפּגעמאָלט זײַן פּאָרטרעט און געבראַכט דעם פּאָרטרעט צום מלך. |