מעשׂה. אַמאָל איז געווען אַ מלך. און דער מלך האָט געהאַט אַ חכם, האָט זיך דער מלך אָנגערופֿן צום חכם:

— באשר עס איז דאָ אַ מלך, וואָס ער חתמעט זיך, אַז ער איז אַ גרויסער גיבור און אַ איש־אמת און אַן עניו, כּלומר, איז ער אַן אמתער מענטש און ער האַלט פֿון זיך נישט. וויל איך, אַז דו זאָלסט מיר ברענגען דעם פּאָרטרעט פֿון מלך.

איז דער חכם געגאַנגען אין דער מדינה אַרײַן.

* * *

האָט ער זיך מישבֿ געווען, דער חכם, אַז ער דאַרף פֿריִער וויסן דעם מהות פֿון דער מדינה, כּלומר: די זאַך פֿון דער מדינה, ווי אַזוי די מדינה פֿירט זיך.

און דורך וואָס קען ער וויסן דעם מהות פֿון דער מדינה? דורך דעם קאַטאָוועס פֿון דער מדינה. וואָרעם אַז מען באַדאַרף וויסן אַ זאַך, מוז מען וויסן דעם קאַטאָוועס פֿון דער דאָזיקער זאַך. וואָרעם עס זײַנען פֿאַראַנען אַלערליי קאַטאָוועסן.

עס איז דאָ איינער, וואָס וויל טאַקע יענעם טרעפֿן מיט זײַנע רייד, און אַז יענער האָט פֿאַראיבל אויף אים, זאָגט ער:

— איך טרײַב קאַטאָוועס, אַזוי ווי עס שטייט אין פּסוק, כּמתלהלה היורה זקים ואמר הלא מצחק אַני, כּלומר, אַזוי ווי איינער, וואָס שיסט פֿײַלן אין האַרץ אַרײַן און זאָגט, איך טרײַב קאַטאָוועס.

און אַזוי איז דאָ איינער, וואָס ער מיינט טאַקע אויף קאַטאָוועס; ער איז אָבער פֿאָרט מזיק דעם אַנדערן מיט זײַנע רייד.

און צווישן די אַלע מדינות איז דאָ אַ מדינה, וואָס זי איז כּולל אַלע מדינות, און אין דער דאָזיקער מדינה איז דאָ אַ שטאָט, וואָס איז כּולל אַלע שטעט פֿון גאָר דער מדינה. און אין דער דאָזיקער שטאָט איז דאָ אַ שטוב, וואָס זי איז כּולל די אַלע שטיבער פֿון דער גאַנצער שטאָט, וואָס זי איז כּולל די אַלע שטעט פֿון דער מדינה, וואָס זי איז כּולל די אַלע מדינות. און דאָרט איז פֿאַראַן איינער, וואָס ער מאַכט נאָך דאָס לצנות און דעם קאַטאָוועס פֿון דער גאַנצער מדינה.

האָט דער חכם מיט זיך גענומען זייער אַ סך געלט און איז אַהין געגאַנגען.

האָט ער געזען, אַז מען מאַכט דאָרט כּלערליי געשפּעט און לצנות.

און ער האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם קאַטאָוועס, אַז די גאַנצע מדינה איז פֿול מיט שקר מתּחילה עד סוף.

וואָרעם ער האָט געזען, ווי מען טרײַבט שפּאַס, ווי אַזוי מען נאַרט מענטשן אין משׂא־מתּן. דער אָפּגענאַרטער קומט זיך לדין אין מאַגיסטראַט. דאָרט איז אָבער כּולו שקר. מען נעמט דאָרטן שוחד. גייט ער צום העכערן סאָנד (געריכט). אויך דאָרטן איז אָבער כּולו שקר.

און דער חכם האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם דאָזיקן קאַטאָוועס, אַז די גאַנצע מדינה איז פֿול מיט שקרים, מיט רמאָות, אַז עס איז אין איר קיין שום אמת נישטאָ.

איז ער געגאַנגען און האָט געהאַנדלט אין דער מדינה, און האָט זיך געלאָזט אָפּנאַרן אין משׂא־מתּן. נאָך דעם איז ער געגאַנגען זיך לאָדן פֿאַר די געריכטן.

האָט ער געזען, אַז זיי זײַנען אַלע פֿול מיט ליגן און זיי נעמען אַלע שוחד. הײַנט האָט ער זיי געגעבן שוחד, און אויף מאָרגן האָבן זיי אים שוין נישט דערקענט.

איז ער געגאַנגען צו אַ נאָך העכערן געריכט. און אויך דאָרטן איז כּולו שקר געווען — ביז ער איז אָנגעקומען שוין פֿאַר דעם סענאַט. און אויך דאָרטן זײַנען זיי פֿול געווען מיט שקר און מיט שוחד.

איז ער געגאַנגען שוין צום מלך אַליין, און אַז ער איז געקומען צום מלך, האָט ער זיך אָנגערופֿן און געזאָגט:

— איבער וועמען ביסטו אַ מלך? די מדינה איז דאָך אין גאַנצן פֿול מיט ליגן. פֿון דעם אָנהייב ביז צום סוף. עס איז אין איר קיין שום אמת נישטאָ.

און ער האָט אָנגעהויבן אויסדערציילן גאָר די פֿאַלשקייט פֿון דער מדינה.

אַז דער מלך האָט געהערט זײַנע רייד, האָט ער צוגעבויגן זײַנע אויערן צום פֿאָרהאַנג, ער זאָל גוט הערן. וואָרעם עס איז בײַם מלך אַ גרויס וווּנדער געווען, אַז עס זאָל זיך געפֿינען אַ מענטש, וואָס זאָל וויסן קענען די פֿאַלשקייט פֿון דער מדינה.

און די שׂרי־מלוכה, וואָס האָבן געהערט זײַנע רייד, זײַנען אויף אים זייער ברוגז געווען.

און דער חכם הנ״ל איז אַלץ געשטאַנען און האָט אויסגערעכנט די אַלע שקרים פֿון דער מדינה. און ער האָט זיך אָנגערופֿן, דער חכם, און געזאָגט:

— מען וואָלט געקענט זאָגן, אַז דער מלך איז אויך אַזוי ווי זיי, אַז ער האָט ליב ליגן, אַזוי ווי זײַן מדינה, נאָר אַדרבה, פֿון דאַנען זעט מען, אַז דו ביסט אַן איש־אמת, ווײַל דו ביסט ווײַט פֿון זיי: דו קענסט נישט סובֿל זײַן דעם שקר פֿון דער מדינה.

און ער האָט אָנגעהויבן, דער חכם, זייער שטאַרק לויבן דעם מלך.

דער מלך, מחמת ער איז געווען אַ גרויסער עניו, איז אַרײַנגעקומען אין גרויס קטנות, ביז ער איז געוואָרן ממש גאָרנישט, מחמת דעם גרויסן שבֿח, וואָס דער חכם האָט אים געלויבט און געגרויסט. וואָרעם אַזוי איז דער שטייגער פֿון עניו: אַז וואָס מער מען לויבט אים, וואָס מער מען גרייסט אים, ווערט ער אַלץ קלענער, אַלץ מער עניו.

האָט ער זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן און האָט אַ וואָרף געטאָן דעם פֿאָרהאַנג, ער זאָל זען דעם חכם, ווער עס איז דער וואָס ווייסט און פֿאַרשטייט דאָס אַלץ.

איז דערווײַל אַנטפּלעקט געוואָרן דאָס פּנים פֿון דעם מלך.

האָט אים דער חכם געזען און האָט אָפּגעמאָלט זײַן פּאָרטרעט און געבראַכט דעם פּאָרטרעט צום מלך.