- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בשכנות מיט דער וועלטלעכער "ייִדישער גאַס" געפֿינט זיך גאָר אַן אַנדער "ייִדישע גאַס", וווּ דאָס ייִדישע וואָרט און דער ייִדישער לעבנס־שטייגער שפּרודלט טאָג־טעגלעך. איר האָט שוין אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז די באַזיצערס פֿון דער צווייטער "ייִדישער גאַס" זײַנען די חסידים — פֿון קליין ביז אַלט. מע קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזערע אָרטאָדאָקסישע שכנים זײַנע נישט קיין גאַסט־פֿרײַנדלעכע מענטש; מיר קאָנען אָבער אויך נישט זאָגן, אַז זיי עפֿענען פֿאַר יעדן איינעם זייער טיר און פֿענצטער, שוין אָפּגערעדט, וועגן זייער נשמה. מיר זײַנען דאָך פֿאָרט שכנים און גייען אויס צו וויסן וואָס עס טוט זיך דאָרט, בײַ יענע חשובֿע ייִדן; וועלן מיר, ווי מאָדערנע מענטשן, אַרײַנקוקן צו זיי דורכן דערלויבטן פֿענצטערל פֿון קאָמפּיוטער, אָדער, בלעטערנדיק זייערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. מיר לאָזן איבער דעם אויסלייג פֿון דער פּובליקאַציע. פֿון רעדאַקציע גרויסער וווּקס אין ירושלים נישט געקוקט אויף אַלע ענגשאַפֿטן לאָמיר אָנהייבן מיט ירושלים. די הייליקע שטאָט ווערט פֿאַרעלטערט און נאָך דעם ווי דער פּרײַז פֿון דירות איז ווידער געשטיגן, האָבן נאָר ווייניק יונגע פּאָרלעך געקענט צוקומען. לכאורה האָט עס באַדאַרפֿט גורם זײַן דאָס שליסן זיך פֿון אַ צאָל מוסדות. אָבער דאָס האָט נישט פּאַסירט. אַ גרעסערע צאָל פֿון מוסדות אין דער שטאָט האָבן גאָר פֿאַרגרעסערט די כּיתּות פֿאַרן נײַעם יאָר תּשע״א. |