בשכנות מיט דער וועלטלעכער "ייִדישער גאַס" געפֿינט זיך גאָר אַן אַנדער "ייִדישע גאַס", וווּ דאָס ייִדישע וואָרט און דער ייִדישער לעבנס־שטייגער שפּרודלט טאָג־טעגלעך. איר האָט שוין אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז די באַזיצערס פֿון דער צווייטער "ייִדישער גאַס" זײַנען די חסידים — פֿון קליין ביז אַלט.

מע קאָן נישט זאָגן, אַז אונדזערע אָרטאָדאָקסישע שכנים זײַנע נישט קיין גאַסט־פֿרײַנדלעכע מענטש; מיר קאָנען אָבער אויך נישט זאָגן, אַז זיי עפֿענען פֿאַר יעדן איינעם זייער טיר און פֿענצטער, שוין אָפּגערעדט, וועגן זייער נשמה. מיר זײַנען דאָך פֿאָרט שכנים און גייען אויס צו וויסן וואָס עס טוט זיך דאָרט, בײַ יענע חשובֿע ייִדן; וועלן מיר, ווי מאָדערנע מענטשן, אַרײַנקוקן צו זיי דורכן דערלויבטן פֿענצטערל פֿון קאָמפּיוטער, אָדער, בלעטערנדיק זייערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס.

מיר לאָזן איבער דעם אויסלייג פֿון דער פּובליקאַציע.

פֿון רעדאַקציע


גרויסער וווּקס אין ירושלים נישט געקוקט אויף אַלע ענגשאַפֿטן

לאָמיר אָנהייבן מיט ירושלים. די הייליקע שטאָט ווערט פֿאַרעלטערט און נאָך דעם ווי דער פּרײַז פֿון דירות איז ווידער געשטיגן, האָבן נאָר ווייניק יונגע פּאָרלעך געקענט צוקומען. לכאורה האָט עס באַדאַרפֿט גורם זײַן דאָס שליסן זיך פֿון אַ צאָל מוסדות. אָבער דאָס האָט נישט פּאַסירט. אַ גרעסערע צאָל פֿון מוסדות אין דער שטאָט האָבן גאָר פֿאַרגרעסערט די כּיתּות פֿאַרן נײַעם יאָר תּשע״א.

"מיר האָבן הײַיאָר געעפֿנט אונדזער מוסד מיט נישט ווייניקער ווי נאָך נײַע זעקס כּיתּות פֿאַר אונדזער גן (קינדער־גאָרטן)", האָט אונדז דערציילט אַ צופֿרידענער דער מנהל ר' יוסף גראָס פֿון דער תּלמוד־תּורה "אַחיעזר" אין בית וגן. די געגנט האָט זיך אַביסל געענדערט. ס׳האָבן פֿון דאָרט זיך אַרויסגעצויגן אַ גרעסערע צאָל פֿון "דערוואַקסענע" משפּחות און אויף זייער אָרט זענען צוגעקומען יונגע משפּחות פֿון חרדישע אברכים מיט קינדער און דאָס האָט אונדז געצוווּנגען מוסף צו זײַן אַ צאָל נײַע כּיתּות.

אַ נײַע געשטאַלט האָט זיך אַנטוויקלט אין דער שכונה פֿון "קרית יובֿל". הגם אַ טייל שכנים האָבן אַלץ געטאָן, אַז די געגנט זאָל נישט ווערן "צו חרדיש", האָבן זיך ב״ה די צאָל חרדים געמערט... ס׳האָט געפֿירט דערצו, אַז די חרדים זאָלן ירשענען דעם בנין פֿון דער מאָדערנער רעליגיעזער שולע, און אַזוי האָט די חרדישע תּלמוד־תּורה געקאָנט עפֿענען אַ צאָל נײַע כּיתּות און אויפֿנעמען צענדליקער נײַע תּלמידים.

די פּראָבלעם איז וואָס אַ גאַנצע ריי מוסדות זענען שווער ענג און דאָס אויפֿשטעלן נאָך מוסדות, ווערט מיט יעדן טאָג שווערער. נישט די רעגירונג און נישט די עירי׳ זענען גענוג פֿרײַנדלעך צום תּורה־ייִשובֿ זיך צו רעכענען מיט זייערע נויטן. די ענגשאַפֿט שטעלט אויך נישט אָפּ דעם כּסדרדיקן וווּקס פֿון תּורהדיקע חינוך־מוסדות. דאָס איז אויך וואָס צאָרנט אויף די שׂונאי־הדת און וואָס מאַכט זיי שרײַען, אַז מ׳האָט פֿון זיי "אַוועקגעכאַפּט" ירושלים...

גרויסער וווּקס כּמעט איבעראַל

מיר האָבן דאָ נאָר באַריכטעט וועגן צוויי אָרטשאַפֿטן. אָבער אַן ענלעכער, אָדער גאָר אַ נאָך גרעסערער און שענערער וווּקס אין חרדישן חינוך איז לײַכט צו באַריכטן פֿון אַשדוד, מודיעין עיליתּ, רכסים און אַפֿילו אין דער אַמאָליקער "רויטער" חיפֿה, וווּ אַ חרדישער וווּקס גייט שוין אָן אַ פּאָר יאָר.

צו אַ גאָר שיינעם וווּקס אינעם חרדישן חינוך האָט זוכה געווען אַשדוד וואָס איז געוואָרן די דריט גרעסטע חסידישע שטאָט אין לאַנד. "אין נאָך צוויי יאָר וועלן מיר בע״ה האָבן גענוג בנינים פֿאַר אַלע אונדזערע קינדער", האָט מבֿשׂר געווען דער ראָש פֿון דער עירי׳, וועלכער זאָגט אָן אַ גרעסערע צאָל בנינים פֿאַר די מוסדות פֿון אַלע חרדישע קרײַזן.

מיט פֿרייד זענען אין די חרדישע קרײַזן אויפֿגענומען געוואָרן די גרוסן פֿון חיפֿה, וווּ די צאָל חרדישע מוסדות זענען ביז נישט לאַנג צוריק געווען נאָר איינצלנע, אָבער וועלכע וואַקסן. נאַטירלעך, דאַרף מען דאָ אַביסל שווערער האָרעווען צו קריגן די געהעריקע בנינים. אָבער די אויסזיכטן פֿאַר אַ מער פּאָזיטיווער באַציִונג פֿון דער עירי׳, זענען אַ סך בעסערע ווי אַמאָל.

מערהייט ייִדן דעקלאַרירן זיך ווי רעליגיעזע אָדער טראַדיציאָנעל

אַ מערהייט ייִדן אין ישׂראל באַטראַכטן זיך ווי רעליגיעז, האָט פֿעסטגעשטעלט אַן אויספֿרעג איבערן לאַנד וואָס עס האָט אַראַנזשירט לעצטן יאָר דער צענטראַלער ביוראָ פֿאַר סטאַטיסטיק פֿון דער מדינה.

לויט אַן אויספֿרעג, וואָס האָט אַרומגענומען 5.4 פּראָצענט פֿון די ייִדישע אײַנוווינער, האָבן 58 פּראָצענט פֿון זיי זיך דעקלאַרירט ווי רעליגיעזע אָדער טראַדיציאָנעל. בלויז 42 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן זיך דעקלאַרירט ווי סעקולערע.

דער אויספֿרעג האָט מיט זיך געברענגט אַ צאָל אַנדערע גאַנץ אינטערעסאַנטע "נײַעסן". אַ גרויסע צאָל צווישן די וואָס האָבן זיך דעקלאַרירט פֿאַר רעליגיעז, האָבן זיך דעקלאַרירט ווי בעלי־תּשובֿה און 22 פּראָצענט פֿון די וואָס האָבן זיך באַצייכנט ווי "חרדים" האָבן געזאָגט, אַז זיי קומען נישט פֿון חרדישע עלטערן.

אַ גרויסע צאָל פֿון די וואָס האָבן זיך דעקלאַרירט ווי "סעקולער", האָבן מודה געווען, אַז אין אַ גאַנצער ריי הינזיכטן זענען זיי זיך נוהג רעליגיעז. 25 פּראָצענט פֿון זיי גייען דאַווענען אין אַ שיל אין די ימים־נוראָים, 82 פּראָצענט באַטייליקן זיך אין פּסח־סדרים, 67 פּראָצענט צינדן חנוכּה־ליכט, 29 פּראָצענט צינדן שבת־ליכט און 26 פּראָצענט פֿאַסטן אין יום־כּיפּור. דער אויספֿיר איז, אַז מיר זענען ב״ה נאָך אַלץ אַ פֿאָלק פֿון "מאמינים בני מאמינים".

"דאָס ייִדישע וואָרט", ווערט אַרויסגעגעבן פֿון "אַגודת־ישׂראל" אין אַמעריקע