אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט אַ פּאָר יאָרצענדליק צוריק. דעמאָלט האָט זיך סטיכעיִש באַוויזן די אָרגאַניזאַציע פֿון יונגע ייִדישע בעקערס, וועלכע האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ מין בירגערוואַך אין זייער געגנט פֿון ניו-יאָרק. די בעקערס פֿלעגן צעפֿירן בײַ נאַכט ברויט און, בשעת-מעשׂה, האָבן זיי אָנגעהויבן זיך קעגנשטעלן די פֿאַרברעכערס, וועלכע האָבן געפּרוּווט — אויך בײַ נאַכט — גנבֿענען אויטאָס. הײַנטיקע טעג זײַנען אַזעלכע שומרים טעטיק אין פֿיר חרדישע געגנטן פֿון ניו-יאָרק: באָראָ-פּאַרק, וויליאַמסבורג, קראַון-הײַטס און פֿלעטבוש.
די חסידישע שומרים האָבן געוויינטלעך גוטע באַציִונגען מיט דער ניו-יאָרקער פּאָליציי, ווײַל זיי העלפֿן אונטערהאַלטן אַן אָרדענונג אין זייערע געגנטן. אמת, עס זײַנען געווען אויך פֿאַלן, ווען צו די פֿרײַוויליקע ייִדישע שומרים האָט מען געהאַט טענות. אַזוי איז געשען אין יאָר 1996, נאָך דעם ווי עטלעכע שומרים האָט מען באַשולדיקט אין צעממיתן אַ שוואַרצן יונגערמאַן.
די שומרים — יונגע לײַט — טראָגן בלויע זשאַקעטן, אָבער זיי האָבן ניט קיין געווער. בכלל, זייער שליחות איז קודם-כּל זיך פֿאַרבינדן מיט פּאָליציאַנטן, יענע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיט פֿאַרהאַלטן די פֿאַרברעכערס. אָבער צו מאָל, ווען די פּאָליציי פֿאַרשפּעטיקט צו קומען בײַ צײַטנס, פּרוּוון די ייִדן אָפּשטעלן די גנבֿים צי גזלנים. עס פֿלעגט זיך מאַכן אַזוי, אַז אויף די שומרים האָט מען געשאָסן. אָבער ערשט לעצטנס האָט אַזאַ שיסערײַ צום ערשטן מאָל זיך פֿאַרענדיקט מיט פֿאַרוווּנדיקטע שומרים.
דעם 2טן סעפּטעמבער האָט אַ גרופּע שומרים זיך אַרײַנגעמישט, ווען מע האָט דערזען אין באָראָ-פּאַרק אַ סעקסועלן פּערווערט, וועלכער האָט זיך מיאוס אויפֿגעפֿירט. יענער האָט, אָבער, אַרויסגענומען אַ פּיסטויל פֿון 22סטן קאַליבער און גענומען שיסן אין די ייִדישע יאַטן. פֿיר שומרים האָבן באַקומען וווּנדן. צוויי פֿון זיי זײַנען אין זייער טאָג-טעגלעכן לעבן בעקערס, איינער אַרבעט אין אַ כעמישער רייניקונג, און נאָך איינער איז אַ סטראַכיר-אַגענט. דעם פֿאַרברעכער האָט זיך פֿון דעסטוועגן ניט אײַנגעגעבן אַוועקצוגיין. דער פּאָליציי איז ער געווען גוט באַקאַנט.