|
אויף די גאַסן פֿון אומאַן |
|
אויף דער פֿראַגע, וואָס איז די הויפּט-אינדוסטריע אין אומאַן, אַ שטאָט 125 מײַל פֿון קיִעוו, ענטפֿערט מען בדרך-כּלל: ראָש-השנה. די זאַך איז, אַז אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810), וועלכער איז געשטאָרבן דאָרטן פֿון טובערקולאָז. טויזנטער חסידים האַלטן פֿאַר נייטיק עולה-רגל זײַן אין אָט דער פּראָווינציעלער אוקראַיִנישער שטאָט, וואָס האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום 90 טויזנט נפֿשות, אַרײַנגערעכנט עטלעכע הונדערט ייִדן.
פֿאַר אַ סך היגע לײַט איז עס אַ גוטע מעגלעכקייט צו פֿאַרדינען. אין אַ דירה מיט צוויי צימערן קענען דורכשניטלעך אַכט ייִדן באַקומען אַ דאַך איבערן קאָפּ.
יעדערער וועט באַצאָלן 250 דאָלאַר, וואָס איז אַ ממשותדיקע סומע געלט פֿאַר אַזאַ אָרט ווי אומאַן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די געסט נייטיקן זיך אין כּלערליי אַנדערע סחורות און טובֿות, און דאָס אַלץ קאָסט, פֿאַרשטייט זיך, געלט. די חסידים, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו צאָלן פֿאַר אַ דירה, וווינען אין געצעלטן.
די איצטיקע געשיכטע פֿון מאַסן-נסיעות קיין אומאַן האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1989, ווען עס זײַנען אָנגעקומען אַרום אַ טויזנט חסידים. די צאָל פּילגרימען האַלט אין איין וואַקסן. הײַיאָר איז דעם פֿערטן טאָג סוכּות געוואָרן צוויי הונדערט יאָר זינט ר׳ נחמן בראַצלעווערס פּטירה. קיין חידוש ניט, אַז דער שטראָם ייִדישע פּילגרימען איז געווען באַזונדערס גרויס: 24 טויזנט לײַט פֿון 23 לענדער. אין קיִעוו האָט מען אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַעראָפּאָרט "באָריספּאָל" פֿאַר דעם צוועק אַפֿילו צוגעגרייט אַ ספּעציעלן טערמינאַל. דאָרטן האָט אויף די געסט געוואַרט טראַנספּאָרט, וואָס האָט זיי גלײַך געפֿירט קיין אומאַן. ס׳רובֿ קומען מענער, אָבער מע זעט אויך פֿרויען.
פֿון אַלע עקן וועלט פֿאָרן קיין אומאַן ייִדן, דער עיקר, די "טויטע חסידים". אַזוי רופֿט מען די בראַצלעווער חסידים, ווײַל זיי האָבן קיין אָפֿיציעלן רבי ניט געהאַט זינט דעם טויט פֿון זייער ר׳ נחמן בראַצלעווער. די יערלעכע נסיעות קיין אומאַן האָבן שטאַרקער געמאַכט די בראַצלעווער, געבראַכט אין זייערע רייען אַ סך בעל-תּשובֿהניקעס און בעל-תּשובֿהניצעס.
די אוקראַיִנישע פּאָליציי באַמיט זיך אָפּצוטיילן די אָנגעקומענע ייִדן פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג. די געגנט פֿון דער שטאָט, אַרום דער פּושקין-גאַס, ווערט פּאַטרולירט דורך די פּאָליציאַנטן. אין משך פֿון צוויי וואָכן לאָזן זיי ניט אַרײַן אין דער צײַטווײַליקער "זאָנע" פֿון דער שטאָט קיין מענטשן, וועלכע האָבן דאָרטן ניט קיין באַשעפֿטיקונג
עס וואָלט געווען נאַיִוו צו דערוואַרטן, אַז אַלע אומאַנער אײַנוווינער זאָלן קלײַבן נחת פֿון די יערלעכע חסידישע אינוואַזיעס. ערשטנס, פֿאַרדינען גאָר ניט אַלע פֿון דעם גאַנצן געשעפֿט. צווייטנס, האָבן די אומאַנער אַ חשד, אפֿשר אַ באַרעכטיקטן, אַז דעם גרעסטן חלק געלט באַקומען שטילערהייט די שטאָטישע פֿונקציאָנערן. דריטנס, ווערט די שטאָט גוואַלדיק שמוציק אין יענע טעג, ווײַל די קאָמונאַלע אַרבעטער באַווײַזן ניט אַרויספֿירן דאָס מיסט. פֿערטנס, האָבן גאָר ניט אַלע ליב ייִדן, בפֿרט די חסידים. און עס קומען דערצו מענטשן פֿון אַנדערע שטעט פֿון אוקראַיִנע.
הײַיאָר זײַנען די חסידים אָנגעפֿאַלן אויף די פֿאָרשטייער פֿון דער אַזוי גערופֿענער "ערשטער ייִדישער יעוואַנגעלישער צערקווע". די אַקטיוויסטן פֿון אָט דער קריסטלעכער סעקטע זײַנען געקומען פֿון אָדעס און געפּרוּווט פֿירן פּראָפּאַגאַנדע צווישן די חסידים. דער סוף איז געווען, אַז די מיסיאָנערן האָבן באַקומען קלעפּ. נאָך ערנסטער איז געווען אַ צוזאַמענשטויס מיט היגע תּושבֿים. דער צווייטער אינצידענט האָט זיך פֿאַרענדיקט דערמיט, וואָס אַ פּאָר אומאַנער האָבן באַקומען מעסער-וווּנדן. אַ צאָל חסידים האָט מען אַרעסטירט און אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד. די אומאַנער און די חסידים דערציילן גאַנץ פֿאַרשיידענע געשיכטעס, ווי אַזוי דער קאָנפֿליקט האָט זיך אָנגעהויבן און ווער עס איז געווען שולדיק.
די דערמאָנטע צוזאַמענשטויסן זײַנען געווען דעם 10טן סעפּטעמבער. צוויי וואָכן שפּעטער איז אומגעקומען אַ יונגער חסיד, ישׂראל טאָראָוו, וואָס איז געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל. זײַן ברודער איז געוואָרן לײַכט פֿאַרוווּנדיקט. ווידער אַ מאָל דערציילט יעדער צד אַן אייגענע געשיכטע.
די קאָנפֿליקטן האָבן איבערגעלאָזט אַ שווערן נאָך-טעם סײַ בײַ די חסידים און סײַ בײַ די אוקראַיִנער.