די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר פֿאַרענדיקט דעם חומש "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן צו לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער הייבט זיך שוין אָן מיט אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד.
בײַם אָנהייב, האָט יעקבֿס משפּחה געלעבט אין מצרים גאַנץ רויִק, און האָט זיך היפּש פֿאַרמערט, און געוואָרן אַ גאַנץ פֿאָלק. ווען יוסף מיט זײַן גאַנצן דור זענען ניפֿטר געוואָרן, האָט דער נײַער מיצרישער קיניג אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און רודפֿן די ייִדן.
מיט עטלעכע דורות שפּעטער, האָבן די מיצרישע חכמים געוואָרנט פּרעהן, אַז לויט זייער אַסטראָלאָגישן חשבון, וועט בײַ די ייִדן געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי באַפֿרײַען פֿון שקלאַפֿערײַ. דערפֿאַר האָט ער באַפֿוילן צו הרגענען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך. פּרעהס טאָכטער, בתיה, האָט אַמאָל שפּאַצירן בײַם טײַך ניל, און דערזען אַ קוישל מיט אַ קינד, וואָס איז געשוווּמען אויפֿן וואַסער. די עלטערן האָבן מער נישט געקאָנט אויסבאַהאַלטן דאָס קינד פֿון פּרעהס רדיפֿות, און אַוועקגעשיקט זייער זון אויף ג־טס באַראָט. בתיה האָט באַשלאָסן אויפֿצוהאָדעווען דאָס ייִנגעלע און אָנגערופֿן אים משה.
ווען משה איז אויפֿגעוואַקסן, האָט ער אַמאָל דערזען, ווי אַ מיצרי שלאָגט אַ ייִד, און דערהרגעט דעם שלעגער. די מפֿרשים זאָגן, אַז ער האָט עס געטאָן נישט מיט אַ פֿיזיש געווער, נאָר מיט כּוחות פֿון הייליקע שמות. פּרעה איז געווויר געוואָרן וועגן דעם אינצידענט, און משה האָט געמוזט אַנטלויפֿן קיין מדין.
אין מדין, האָט משה געראַטעוועט די טעכטער פֿונעם אָרטיקן גײַסטיקן מנהיג, יתרו, פֿון די אויפֿגערעגטע אָרטיקע פּאַסטעכער. רש״י דערקלערט, אַז יתרו האָט פֿריִער אויסגעפּרוּווט פֿאַרשיידענע רעליגיעס און האָט זיך, צום סוף, אָפּגעזאָגט צו דינען עבֿודה־זרה. די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן נישט פֿאַרשטאַנען יתרוס "מאָדנע" גלייבענישן, דערפֿאַר האָבן זיי גערודפֿט זײַן משפּחה.
משה האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיט יתרו, האָט חתונה געהאַט מיט איינער פֿון זײַנע טעכטער, ציפּורה, און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בײַ זײַן שווער ווי אַ פּאַסטעך.
שפּעטער, האָט דער באַשעפֿער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משהן בײַם באַרגפֿוס פֿון הר־סיני און געזאָגט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים. צוזאַמען מיט זײַן ברודער, אַהרן, איז משה געקומען צו די ייִדישע זקנים אין מצרים, געוויזן זיי ניסים און געמאָלדן, אַז דער אייבערשטער האָט אים געשיקט זיי צו ראַטעווען פֿון מצרים. די ייִדן האָבן געגלייבט. פּרעה האָט אָבער אָפּגעלייקנט משהס טענה. אַדרבה, איז ער געוואָרן אין כּעס און געמאַכט די ייִדישע שקלאַף־אַרבעט נאָך שווערער.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "שמות" — "נעמען", און אַנטהאַלט אין זיך — בפֿירוש און ברמז — אַ גאַנצע טעאָריע פֿון ג־טלעכע נעמען. דער גרויסער פּוילישער מקובל נתן־נטע שפּיראָ, דערקלערט אין זײַן ספֿר "מגלה עמוקות", אַז די נשמה פֿונעם מיצרי, וועלכער איז געווען אַ גילגול פֿון קין, האָט באַקומען דעם תּיקון, ווען משה האָט זי אַרויסגעטריבן פֿונעם גוף דורכן כּוח פֿון שמות־הקודש. דעם מיצריס נשמה איז אַרײַנגעפֿלויגן אין משהס קומענדיקן שווער, יתרו, ווי אַ דיבֿוק, און האָט אים איבערגעצײַגט צו פֿאַרלאָזן עבֿודה־זרה און זיך מגייר צו זײַן.
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "ויחי", גייט אַ רייד וועגן יעקבֿס טויט. די חז״ל זאָגן אָבער, אַז "יעקבֿ איז נישט טויט". ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל ווי אַ דערקלערונג, אַז יעקבֿס לעבן איז גובֿר די גרענעצן צווישן די צײַטן און פֿעלקער, ווײַל יעדער גר ווערט אַ טייל פֿון בני־ישׂראל און ווערט פֿאַררעכנט ווי יעקבֿס קינד.
אין דער הײַנטיקער פּרשה באַווײַזן זיך טאַקע עטלעכע גרים — בתיה, יתרו און ציפּורה. ווי מע זעט פֿון אַ פּסוק אינעם תּנ״כישן ספֿר "דבֿרי־הימים", האָט פּרעהס טאָכטער געהייסן בתיה; דער דאָזיקער נאָמען מיינט, נישט מער און נישט ווייניקער, "אַ טאָכטער פֿון ג־ט". על־פּי מדרש, האָט זי שפּעטער חתונה געהאַט מיט כּלבֿ בן־יפֿונה, איינעם פֿון ייִדישע ראָשי־השבֿטים, און איז אַרײַנגעקומען לעבעדיקערהייט אין גן־עדן.
לויט דעם פּשוטן פּשט פֿון דער פֿאָריקער פּרשה, איז יעקבֿ טאַקע געשטאָרבן אינעם גשמיותדיקן זין, הגם זײַן נשמה, ווי עס דערקלערן די חסידישע צדיקים, האָט גובֿר געווען דעם עצם־חילוק צווישן לעבן און טויט. בתיה האָט אָבער זוכה געווען, לויט די ייִדישע לעגענדעס, צו אַ גרעסערער גדולה, און איז טאַקע געוואָרן אַן אומשטערבלעכע פֿרוי, וועלכע ווערט דערמאָנט אין די מדרשים צוזאַמען מיט אליהו־הנבֿיא.
די ליסטע פֿון אומשטערבלעכע מענטשן, וועלכע ווערן איבערגעציילט, אין פֿאַרשיידענע ענלעכע וואַריאַנטן, אין "מסכתּ כּלה רבתי" און אַ צאָל אַנדערע אוראַלטע טעקסטן פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה, איז טאַקע זייער אַן אינטערעסאַנטע — ווי מע וואָלט געזאָגט הײַנט, אַן עגאַליטאַרישע. על־פּי־חז״ל, זענען אינעם גן־עדן לעבעדיקערהייט אַרײַנגעקומען עטלעכע מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן, גרים און ניט־ייִדן. די צווייטע פֿרוי אין דער ליסטע איז די מיסטעריעזע שׂרח — די טאָכטער פֿון אָשר, יעקבֿס זון. לויט אַ טייל ייִדישע פֿאָלקס־לעגענדעס, אָבער, האָט זי דערלעבט ביזן מיטל־עלטער, און איז פֿאַרברענט געוואָרן בעת אַ שׂריפֿה אין דער איראַנישער שטאָט איספֿאַהאַן; לויט אַנדערע לעגענדעס, לעבט שׂרת בת אָשר נאָך אַלץ און וואַנדערט אַרום דער וועלט, ווי אַ לעבעדיקע עדות־זאָגערין פֿון דער יציאת־מצרים.
ס׳איז קלאָר, אַז די לעגענדאַרע בת־פּרעה לעבט טאַקע, לכל־הפּחות, אינעם זעלבן גײַסטיקן זין ווי יעקבֿ. רש״י זאָגט, אַז בתיה האָט געראַטעוועט משהן, ווײַל זי האָט אין אים דערזען די הייליקע שכינה. די מקובלים דערקלערן אָבער, אַז זי איז אַליין געווען אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון שכינה, דעם ווײַבלעכן אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט — דערפֿאַר טראָגט זי אַזאַ אומגעוויינטלעכן נאָמען; דער אַנדערער באַדײַט פֿון איר נאָמען באַשטייט אין דעם, וואָס זי איז געווען אַ גילגול פֿון חוה — די ערשטע פֿרוי אין דער וועלט, וועלכע דער אייבערשטער אַליין האָט באַשאַפֿן.
דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט, אַז "משה רבינו" האָט די זעלבע גימטריא ווי "ה׳ אלוקי ישׂראל". משה רעפּרעזענטירט דעם קאָלעקטיוון ג־טלעכן עצם פֿון די ייִדישע נשמות. די שכינה איז די ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אַ טיר צום עצמדיקן ייִחוד צווישן דעם מענטש און דעם — דערפֿאַר האָט בתיה אַנטדעקט משהן אינעם וואַסער.
על־פּי־קבלה, באַשטייט די גאַנצע תּורה פֿון ג־טלעכע שמות. אונדזער פּרשה ווײַזט באַזונדערס שטאַרק, ווי דאָס מיסטעריעזע געוועב פֿון גײַסטיקע אַרכעטיפּן ווערט אָפּגעשפּיגלט אויך אויף דער סצענע פֿון עולם־הזה. די תּורה־פּערסאָנאַזשן לעבן טאַקע אייביק, ווײַל יעדע גײַסטיק־דערהויבענע נשמה איז נישט בלויז אַ מענטש, נאָר אויך אַ הייליקער שם, אַ רעפּרעזענטאַציע פֿונעם ג־טלעכן גײַסט.