טײַערע חזנטע,
איך בין אַ סטודענטקע אין אוניווערסיטעט, און איך אַרבעט זייער שווער. איך בין תּמיד געווען אַ גוט מיידל. איך הער זיך צו צו מײַנע עלטערן, באַקום גוטע צייכנס, טרינק כּמעט נישט קיין אַלקאָהאָל, און אַזוי ווײַטער. מײַנע באַציִונגען מיט בחורים, אָבער, זענען נישט ווי ס׳וואָלט באַדאַרפֿט צו זײַן. עס איז שווער צו געפֿינען גוטע בחורים, וואָס ווילן נישט האָבן קיין צו פֿיל פֿיזישע באַציִונגען, אויב איר פֿאַרשטייט, וואָס איך מיין. איך בין אַרויסגעגאַנגען מיט אַ בחור אַ חודש לאַנג — יעדן טאָג, האָבן מיר גערעדט — האָט ער מיר געשיקט, נאָך אַ חודש, אַ "טעקסט"־אָנזאָג דורכן טעלעפֿאָן, אַז ער וויל מיך מער ניט זען. פֿון דעמאָלט אָן, מײַדט ער מיך אויס! איך ווייס, אַז אַ חודש איז נישט קיין לאַנגע צײַט, אָבער פֿאַר וואָס איז מיר אַזוי טרויעריק?
גוט מיידל
טײַער גוט מיידל,
אַזוי ווי איר זענט נישט נאָר אַ גוט, נאָר אויך אַ קלוג מיידל, ווייסט איר שוין, אַז קיין סך האָט איר דאָ נישט אָנגעוווירן. ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז אַ מאַן וואָס שטעלט אָפּ אַזאַ פֿרײַנדשאַפֿט דורכן טעלעפֿאָן, און נישט פּנים־צו־פּנים, איז נישט דער מיט וועלכן מע דאַרף זיך חבֿרן. ס׳איז אײַך אומעטיק אויפֿן האַרצן, ווײַל איר האָט פֿאַרלוירן אַן אידעאַל, אַ חלום, אַ האָפֿענונג, אַז דער בחור וועט זײַן דער פּאַסיקער. עס איז גאַנץ נאַטירלעך זיך צו פֿילן טרויעריק. אָבער בעסער צו בלײַבן אַליין און ווײַטער לעבן מיט אָפֿענע אויגן פֿאַר אַנדערע בחורים, ווי צו פֿאַרברענגען מער צײַט מיט אַזאַ פּחדן און גראָבן יונג.
טײַערע חזנטע,
איך מיין, אַז איך האָב זיך פֿאַרליבט אין מײַן כאָר־דיריגענט, כאָטש ער איז אַ סך עלטער פֿון מיר; איך ווייס, אַז גאָרנישט וועט געשען צווישן אונדז. בײַ נאַכט קומט ער מיר צו חלום. איך צייל די טעג ביז דער רעפּעטיציע. ווען איך דערזע אים, באַקום איך פּלוצעם אַ ליכטיקן שמייכל אויפֿן פּנים. איך בלײַב נאָך די רעפּעטיציעס ווען מעגלעך, אים צו פֿרעגן קשיאות וועגן מוזיק. ווען ער באַוועגט זיך מיט דער האַנט טוט מיר אַ צאַפּל אין האַרצן.
צי איז דאָס געזונט? בין איך משוגע? איך האָב ליב מוזיק, און דער דיריגענט פֿאַרקערפּערט מוזיק פֿאַר מיר.
זינגערין
טײַערע זינגערין,
איך בין נישט זיכער, צי אײַער אָבסעסיע מיטן כאָר־דיריגענט איז אַ געזונטע ליבע, צי אַן אומגעזונטע מאַנקאָליע. עס איז נאַטירלעך זיך צו פֿאַרליבן אין איינעם וואָס פֿאַרקערפּערט דאָס וואָס מע האָט שטאַרק ליב. עס איז קלאָר, אַז איר האַלט פֿון אײַער כאָר־דיריגענט און באַוווּנדערט זײַן טאַלאַנט און מײַסטערשאַפֿט.
איך זאָרג זיך אַ ביסל, ווען איך לייען, אַז איר חלומט וועגן אים, און, אַז איר זענט פֿאַרליבט. ביז אַהער, האָט איר באמת נישט קיין צײַט פֿאַרבראַכט מיט אים ווי אַ מענטש, און דערפֿאַר, קענט איר זיך נישט פֿאַרליבן אין אים ווי אַ מענטש, נאָר אין דער ראָלע פֿונעם כאָר־דיריגענט. אויב איר פֿאַרברענגט נישט מיט אַנדערע מענער פֿון אײַער עלטער צוליב דער "ליבע", און אויב איר פֿאַרגלײַכט אַנדערע מענער מיט אים און די געפֿילן לאָזן אײַך נישט אַרבעטן און דורכפֿירן טאָג־טעגלעכע אַרבעט, וואָלט איך געזאָגט, אַז די אָבסעסיע איז טאַקע נישט געזונט. איר וואָלט געדאַרפֿט זען אַ טעראַפּיסט, און אפֿשר אויסזוכן אַן אַנדער כאָר.
אויב, אָבער, איך באַשרײַב נישט ריכטיק אײַער מצבֿ, טאָ פֿאַרברענגט בײַ די כאָר־רעפּעטיציעס און זאָרגט זיך נישט וועגן דעם!
טײַערע חזנטע,
יעדן טאָג פֿרעג איך בײַ מײַן 11־יאָריק זינדל, וואָס ער האָט זיך געלערנט אין שול, און יעדן טאָג ענטפֿערט ער מיר דאָס זעלבע — גאָרנישט! ווי קען איך אַרויסבאַקומען פֿון אים אַ ביסל רייד?
מאַמע
טײַערע מאַמע,
מע דאַרף פֿרעגן מער פּרטימדיקע פֿראַגעס: וואָס פֿאַר אַ באַריכטן האָט מען געגעבן אינעם הײַנטיקן ענגליש־קלאַס? מיט וועמען האָט ער געגעסן מיטיק? וואָס איז געווען דער בעסטער טייל פֿונעם טאָג? הערט זיך גוט צו צו זײַנע ענטפֿערס, כּדי מע זאָל ווײַטער קענען פֿירן אַ שמועס.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024