אין די לעצטע צוויי פּרשיות האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי דער אינדיווידועלער דרך פֿון אַ יחיד קומט אין "רעזאָנאַנס" מיט דעם ג־טלעכן רוף פֿון הימל. בעצם, זענען צווישן די דאָזיקע צוויי מינים גײַסטיקע אימפּולסן נישטאָ קיין סתּירה. למשל, ווען אַ פּאָעט אָדער אַ קינסטלער האָט אַ גרויסן טאַלאַנט, זאָגט מען, אַז ער האָט אַ ג־טס גאָב. דאָס הייסט, אַז די גרעסטע אָריגינעלקייט און אייגנאַרט פֿון עמעצנס קונסט ווערט אויפֿגענומען ווי אַ הימלישע אַנטפּלעקונג.
די זעלבע זאַך איז אויך אמת, ווען סע גייט אַ רייד וועגן דבֿרי־תּורה. צום בײַשפּיל, ווערן רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות" אָנערקענט ווי אַ מוסטער פֿון אָריגינעלער ליטעראַרישער מײַססערשאַפֿט, און סײַ ווי די טיפֿסטע סודות־התּורה, וואָס קומען פֿון די העכסטע רוחניותדיקע וועלטן. די שעפֿערישע אָריגינעלקייט קלינגט ווי אַן אויסדרוק פֿון דער מענטשלעכער אינדיווידועלער אומאָפּהענגיקייט; די נבֿואה איז, פּונקט פֿאַרקערט, אַ רעזולטאַט פֿון אַ טיפֿן ביטול־היש, ווען אַ מענטש זאָגט זיך אָפּ פֿון זײַן "איך" און פֿאָלגט דאָס ג־טלעכע קול. און פֿאָרט, זעען מיר אָפֿט, אַז ס׳איז ממש איין זאַך.
מיר האַלטן אינמיטן לייענען דעם חומש "ויקראָ"; דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה שטייט פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה מיט אַ קליינעם אַלף. די חז״ל זאָגן, אַז משה רבינו האָט זיך געקליבן צו פֿאַרשרײַבן אין דער תּורה, צוליב זײַן באַשיידנקייט, אַז די נבֿואה האָט אים צופֿעליק אָנגעטראָפֿן — "ויקר". הגם דער באַשעפֿער האָט אים געזאָגט אָנצושרײַבן "ויקראָ", האָט משה צוגעגעבן אַ קליינעם אַלף, כּדי זײַן אָריגינעלע כּוונה זאָל בדרך־רמז בלײַבן אינעם פּסוק.
דאָס הייסט, אַז אינעם נאָמען פֿונעם גאַנצן חומש "ויקראָ" איז אויך באַהאַלטן דאָס וואָרט "ויקר". הינטער דער פּלוצעמדיקער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג, וועלכע משה רבינו האָט געוואָלט אויסדריקן מיט זײַן אייגן וואָרט, באַהאַלט זיך דער ג־טלעכער רוף. דער נאָמען פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ, פּורים, מיינט "אַ גורל". המן־הרשע האָט געוואָרפֿן גורל און אויסגעקליבן אַ צופֿעליקן טאָג, ווען ער האָט פּלאַנירט אויסצוהרגענען די ייִדן — דעם דרײַצנטן טאָג אינעם ייִדישן חודש אָדר; ווען די גזירה איז בטל געוואָרן, איז דער פֿערצנטער אינעם זעלבן חודש געוואָרן אַן אייביקער טאָג פֿון ייִדישער שׂימחה.
די מפֿרשים דערקלערן, אַז די פּורים־מעשׂה איז טיף פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן חודש. לויט דער ייִדישער מסורה, איז משה רבינו געבוירן געוואָרן און ניפֿטר געוואָרן דעם זיבעטן טאָג פֿונעם חודש אָדר. אין די עיבור־יאָרן — אַזוי ווי אינעם הײַנטיקן יאָר — האָבן מיר אַ טאָפּלטן חודש — אָדר־ראשון און אָדר־שני, וואָס ווײַזט אָן אויף אַ באַזונדערן מזל. דער זאָדיאַק־צייכן פֿונעם הײַנטיקן חודש — מזל־דגים, "פֿיש" — איז פֿאַרבונדן מיט אַריכות־ימים און פֿרוכטבאַרקייט; דאָס וואָרט "עיבור" מיינט דאָך "שוואַנגערשאַפֿט", אַ יאָר מיט אַ טאָפּלטן חודש אָדר הייסט "שנה מעוברת" — "אַ טראָגעדיק יאָר". דער נאָמען פֿונעם חודש שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש ווי "אַדיר" — "אַ שטאַרקער".
דאָ טרעפֿן מיר זיך אָן אויף אַן ענלעכן פּאַראַדאָקס, ווי מיט די ווערטער "ויקר" און "ויקראָ". אַ מענטש — ווײַט נישט קיין צדיק ווי משה רבינו, נאָר אַ רוצחישער רשע־מרושע, האָט אויסגעקליבן אַ צופֿעליקן טאָג, ווען ער האָט געהאָפֿט צו פֿאַרניכטן אַלע ייִדן. ווי אַ רעזולטאַט, ווען המנס פּלאַן איז בטל געוואָרן, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער אויסגעקליבענער טאָג איז געווען אַ סימן פֿון אַ טיפֿער השגחה־פּרטית, און נישט סתּם אַ צופֿעליקייט.
אַזוי אינעם דערמאָנטן פֿאַל מיט קונסט און פּאָעזיע, ווען די גרעסטע אָריגינעלקייט ווערט באַטראַכט, אין דער זעלבער צײַט, ווי אַ גאָב פֿון הימל, האָט דאָס וואָרט "גורל" אויך אַ טאָפּלן באַדײַט. אַ גורל איז בעצם אַ צופֿעליקער אויסקלײַב, וואָס האָט נישט קיין לאָגישן טעם — למשל, ווען מע וואַרפֿט אַ מטבע אויף טראַף, כּדי צו באַשליסן, צו טאָן אָדער נישט צו טאָן עפּעס. אין דער זעלבער צײַט, מיינט אויך גורל אַ בפֿירושע השגחה־פּרטית — אַ באַזונדערע באַשערטקייט. ווען מיט אונדז געשעט עפּעס, וואָס בײַט אונדזער לעבן אויף אַ באַזונדערס טיפֿן אופֿן, זאָגן מיר, אַז עס האָט פּאַסירט אַ גורלדיקע געשעעניש.
אין דער אמתן, איז כאַאָס און צופֿעליקייט נישט די זעלבע זאַך. הגם אַ כאַאָטישע קייט פֿון געשעענישן קאָן אויסזען אומלאָגיש און אומגעריכט, מיינט עס נישט, אַז כאַאָס איז אינגאַנצן אַן אומשׂכלדיקער הפֿקר. פּאַראַדאָקסיש, זעען מיר, אַז דורכן כאַאָס קומען טיילמאָל אַראָפּ אויף דער וועלט די סאַמע גורלדיקע ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען. אין די קבלה־ספֿרים שטייט טאַקע געשריבן, אַז דער עולם־התּוהו — די וועלט פֿון כאַאָס, איז העכער ווי דער עולם־התּיקון — די וועלט פֿון אָרדענונג. הגם כאַאָס קאָן זײַן אַמאָל זייער סכּנותדיק ווי דער גורל, וואָס המן־הרשע האָט געוואָרפֿן, ווערט ער אַ קוואַל פֿון דער גרעסטער שׂימחה — אַזוי ווי דער יום־טובֿ פּורים.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי אויפֿן אַכטן טאָג, "ביום השמיני", נאָך זיבן טעג ספּעציעלע צוגרייטונגען, האָט משה גערופֿן אַהרנען און זײַנע קינדער און געהייסן זיי ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם מישכּן. די חז״ל דערקלערן, אַז דער דאָזיקער "אַכטער טאָג", "יום השמיני", איז געווען ראָש-חודש ניסן.
צוויי פֿון אהרן־הכּהנס זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אַן אייגענעם קטורת; נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן געמיינט לשם־שמים און האָבן טאַקע רעכט, ווי כּהנים, צו טאָן די הייליקע עבֿודה, זענען זיי פֿאַרברענט געוואָרן דורכן פֿײַער, וואָס איז אַראָפּגעקומען פֿון הימל.
לויט איין דעה, זענען נדבֿ און אַבֿיהוא געווען שיכּור און דערפֿאַר באַשטראָפֿט געוואָרן. אַ צאָל חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז זיי זענען באמת געווען גרויסע צדיקים און זענען אַרײַנגעקומען אינעם מישכּן בלויז "גײַסטיק־שיכּור", פֿול מיט שׂימחה. אַדרבה, האָבן אַהרנס אומגעקומענע זין דערפֿילט אַ גרויסן התלהבֿות און געהאָפֿט צו דערגרייכן אַ גאָר הויכע גײַסטיקע מדרגה, וווּ עס ווערן אינגאַנצן בטל אַלע גרענעצן צווישן גשמיות און רוחניות, ווי אויך די גרענעץ צווישן די אָנגענומענע אַלגעמיינע כּללים און דער מענטשלעכער פּערזענלעכער פֿרײַהייט.
כּדי דאָס צו דערגרייכן, האָבן אַהרנס זין ספּעציעל געבראַכט אויף זיך דעם הימלישן פֿײַער דורך זייערע טיפֿע כּוונות. דאָס איז געשען דעם "אַכטן טאָג" — אַ רמז, אַז זיי האָבן אויך גובֿר געווען די גרענעצן פֿון דער זיבן־טעגיקער וואָך — דאָס הייסט, פֿון דער צײַט אַליין. מסתּמא, לגבי זיך אַליין האָבן זיי טאַקע גובֿר געווען די גרענעץ צווישן אַלע מדרגות.
די תּורה זאָגט אונדז, אַז אַזאַ "סויִצידאַלע" עבֿודה אין אַוודאי נישט ריכטיק. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען אויך נישט זאָגן, אַז נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן געזינדיקט. אַזוי ווי די מעשׂה פֿון פּורים, ווײַזט די הײַנטיקע פּרשה, כאַאָס און אָרדענונג, די אַלגעמיינע כּללים און פּערזעלעכער דרך, זענען פֿאַרבונדן אויף אַ פּאַראַדאָקסישן, און צומאָל אַ דראַמאַטישן, אופֿן.