אין "בונד"
אַבראַמאָוויטש וועט ער ווערן שפּעטער. זײַן ריכטיקער נאָמען איז רפֿאל ריין. ער איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַברהם ריין. די שטאָט אין לעטלאַנד, וווּ די ריינס האָבן געוווינט, איז דעמאָלט געווען באַקאַנט ווי דינאַבורג. (אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס, וווּ עס לעבן נאָך איצט בײַ 500 ייִדן.)
ווי עס האָט זיך געפֿירט אין די פֿאַרמעגלעכע משפּחות, האָט אַבראַמאָוויטש באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע, סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג. ווײַטער האָט ער זיך געלערנט אין דעם ריגער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס איז געווען דער עלטסטער (געעפֿנט אין 1862) אין רוסלאַנד לערן-אַנשטאַלט פֿון אַזאַ מין. די סטודענטן זײַנען געווען פּאָליטיזירט. למשל, זינט די מיט-1880ער יאָרן איז דאָרטן געווען אַ ציוניסטישע גרופּע.
אָבער אַבראַמאָוויטש ווערט אין יאָר 1901 אַ מיטגליד פֿון אַ "בונד"-גרופּע. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען אים אויסגעשלאָסן פֿון דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. די סיבה איז געווען אַ פּאָליטישע — ער האָט זיך באַטייליקט אין די סטודענטישע אומרוען. מיטן "בונד" וועט זײַן פֿאַרבונדן זײַן גאַנץ לעבן. און נאָך מיט איין שליחות וועט זײַן לעבן ווערן פֿאַרבונדן: דער קאַמף קעגן די באָלשעוויקעס, מיט וועלכע דער "בונד" האָט תּמיד געהאַט קאָמפּליצירטע באַציִונגען.
פּאָליטישער טוער
אין 1903, בעת דער "בונד"-קאָנפֿערענץ אין זשענעווע, האָט אַבראַמאָוויטש געלייענט דעם הויפּט-רעפֿעראַט וועגן דער נאַציאָנאַלער פֿראַגע. אין יענעם יאָר איז ער צום ערשטן מאָל אַרויסגעטראָטן קעגן וולאַדימיר לענינס אידעען פֿון אײַנפֿירן אַן אײַזערנע, באַגרענעצט-דעמאָקראַטישע דיסציפּלין אין דער פּאַרטיי.
זינט 1904 איז אַבראַמאָוויטש שוין אַ מיטגליד פֿון דעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון "בונד". ער באַטייליקט זיך זייער אַקטיוו אין דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, שטעלט פֿאָר זײַן פּאַרטיי אין דעם פּעטערבורגער סאָוועט (ראַט). דער פּעטערבורגער סאָוועט איז געשאַפֿן געוואָרן אָנהייב 1905 ווי דער ערשטער אָרגאַן פֿון פּראָלעטאַרישער דעמאָקראַטיע. שפּעטער וועלן די באָלשעוויקעס פֿאַרוואַנדלען די סאָוועטן אין אַן אינסטרומענט פֿון זייער דיקטאַטור.
אין 1906 קלײַבט מען אויס אַבראַמאָוויטשן אין דעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער פֿאַראייניקטער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אַרבעטער-פּאַרטיי. אָבער דאָס דאָזיקע אַחדות האָט לאַנג ניט געדויערט און דער "בונד" איז אַרויס פֿון דער פֿאַראייניקונג. אַבראַמאָוויטש האָט זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער און זיך באַשעפֿטיקט מיט פּאַרטיייִשער טעטיקייט.
אין 1910 אַרעסטירט אים די רוסישע פּאָליציי. אָבער לאַנג איז ער אין זייערע הענט ניט פֿאַרבליבן, ווײַל אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרלאָזן רוסלאַנד. אין מערבֿ-אייראָפּע איז ער פֿאַרבליבן ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער רעוואָלוציע, אין 1917, ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד. דאָרטן וועט ער זען, אַז די פּראָלעטאַריער וועלן ניט שפּילן קיין צענטראַלע ראָלע אין דער איבערקערעניש. דער הויפּט-כּוח וועט ווערן די פּויערישע מאַסע, אָנגעטאָן אין די מיליטערישע אוניפֿאָרמען פֿון דער רוסישער אַרמיי. די באָלשעוויקעס וועלן מיט דער מאַסע אָנפֿירן, אָפּשטויסנדיק און אַפֿילו רעפּרעסירנדיק אַזעלכע מענטשן ווי אַבראַמאָוויטש.
אין "פֿאָרווערטס"
אין 1920 האָט אַבראַמאָוויטש אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט רוסלאַנד. ביזן יאָר 1933 האָט ער געלעבט אין בערלין, דערנאָך — ביזן יאָר 1940 — אין פּאַריז, שפּעטער — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די גאַנצע צײַט האָט ער געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין די קרײַזן פֿון דער אַנטי-סאָוועטישער סאָציאַליסטישער עמיגראַציע.
פֿאַרן "פֿאָרווערטס" האָט אַבראַמאָוויטש געשריבן אין 1913—1915, ווען ער האָט געלעבט אין ווין. מיטן שעף-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, אַב. קאַהאַן, האָט ער זיך באַקענט נאָך פֿריִער, בעת זײַן ערשטער נסיעה קיין אַמעריקע אין 1908—1909. בײַ קאַהאַנען האָט ער דעמאָלט איבערגעלאָזט אַן אײַנדרוק פֿון "אַ הויך-אַנטוויקלטן און סימפּאַטישן סאָציאַליסט, אַ טאַקטפֿולן, אַ קלוגן און קולטור-מענטש".
פֿון 1922 איז אַבראַמאָוויטש אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס". הלל ראָגאָף, וואָס האָט באַקומען דעם "פֿאָרווערטס"-רודער אין 1951, נאָך קאַהאַנס טויט, איז אויך געווען בײַ אַ גוטער מיינונג וועגן אַבראַמאָוויטשן. ער האָט געשריבן, אַז אַבראַמאָוויטש שפּיגלט אָפּ באַזונדערס קלאָר און טיף די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דער צײַטונג און איר באַציִונג צו די פּראָבלעמען און געשעענישן אין דער וועלט-פּאָליטיק.
אַבראַמאָוויטש האָט אַ סך געשריבן וועגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניט צופֿעליק איז זײַן קומען אין "פֿאָרווערטס" צונויפֿגעפֿאַלן מיטן קערפּונקט אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג: זי האָט זיך דעמאָלט באַפֿרײַט פֿון פּראָ-באָלשעוויסטישע סימפּאַטיעס. אַבראַמאָוויטש האָט געהאַלטן, אַז דעם סאָוועטישן טאָטאַליטאַרן רעזשים האָט מען ניט געקענט בײַטן פֿון אינעווייניק. די געשעענישן פֿון די 1980ער יאָרן וואָלטן אים, בלי-ספֿק, געחידושט.