פֿונעם אייביקן קוואַל

אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז געווידמעט דעם ענין פֿון שמיטה. די תּורה זאָגט אָן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿצוהערן באַאַרבעטן די ערד יעדע זיבן יאָר. די גערעטעניש פֿונעם ספּעציעלן זיבעטן שמיטה־יאָר טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, און אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלע מענטשן.

ווײַטער דערקלערט די תּורה, אַז נאָך זיבן שמיטה־פּעריאָדן קומט אַ יובֿל — אַ ספּעציעל יאָר, ווען עס קומט אַ "גאולה אינעם לאַנד". פּראַקטיש האָט עס געמיינט, אַז מע פֿלעגט באַפֿרײַען אַלע ייִדישע עבֿדים און מע פֿלעגט איבערגעבן די פֿאַרקויפֿטע שטחים צוריק צו די משפּחות, וועלכע האָבן זיי געהאַט בירושה.

די הלכות פֿון שטימה ווערן נאָך אַלץ אָפּגעהיט אין ארץ־ישׂראל, הגם ס׳רובֿ פּוסקים האַלטן, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן איז עס בלויז אַ מיצווה דרבנן. פֿון די צוועלף ייִדישע שבֿטים זענען הײַנט געבליבן — באַדינגלעך געזאָגט — בלויז יהודה און לוי; אין דער אמתן, ווער ווייס וויפֿל ייִדן עס שטאַמען הײַנט פֿון גרים אָדער פֿון די פֿאַרשוווּנדענע עשׂרת־השבֿטים? צוליב דעם און אַ צאָל אַנדערע סיבות, איז די סיסטעם פֿון יובֿל־יאָרן שוין לאַנג נישט אַקטועל.

מע קאָן זאָגן, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן קלינגט דער ענין פֿון יובֿל עטוואָס מאָדנע. אַלע מענטשן — ייִדן צי ניט־ייִדן, כּהנים צי גרים, מענער צי פֿרויען — מוזן האָבן דאָס פֿולע רעכט צו וווינען וווּ מע וויל, אויב אַפֿילו אַ געוויסער שטח לאַנד האָט געהערט אין די אוראַלטע צײַטן צום שבֿט־יהודה אָדער שבֿט־בנימין. אין די תּנ״כישע צײַטן האָט די סיסטעם פֿון יובֿל־יאָר געראַטעוועט אַ סך ייִדן פֿון אומיושרדיקע לאַנד־געשעפֿטן, אָבער אויב מע וואָלט הײַנט געגעבן ספּעציעלע פּריווילעגיעס צו געוויסע מיוחסדיקע ייִדן — וואָלט אַזאַ סיסטעם אויסגעזען סתּירותדיק. בקיצור, מוז מען שטרעבן צו פֿאַרשטיין אַזעלכע הלכות אינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט. אָבער, ווי ס׳איז באַקאַנט, בלײַבט דער אינערלעכער באַדײַט פֿון אַלע מיצוות אייביק אַקטועל. כּדי אונטערצושטרײַכן דעם ענין פֿונעם סאָציאַלן יושר, ווערט ווײַטער אין דער סדרה דערמאָנט אַ פֿאַרבאָט קעגן שווינדלערײַ און ריבית — וואָכערײַ.

דאָס וואָרט "יוביליי" שטאַמט פֿונעם לשון־קודשדיקן "יובֿל". די גאַנצע וועלט פֿירט זיך אויף אַ ציקלישן שטייגער. די טעג, חדשים און יאָרן גייען פֿאַרבײַ צוליב דעם קרײַזגאַנג פֿון אונדזער ערד און דער לבֿנה. כּמעט אַלע פֿיזישע פּראָצעסן אינעם אוניווערס האָבן צו טאָן מיט כוואַליעס און ריטעם. לויט דער הײַנטצײַטיקער פֿיזיק, פֿירן זיך די קלענסטע טיילעכלעך, פֿון וועלכע עס וועט צונויפֿגעשטעלט אַלע זאַכן, בתוכם דער מענטשלעכער גוף, ווי זיך־וויברירנדיקע כוואַליעס פֿון ענערגיע.

אַזוי ווי די גאַנצע וועלט, איז אַ מענטש אויך אַ ריטמישע באַשעפֿעניש. אַ מענטש לעבט כּל־זמן זײַן האַרץ קלאַפּט, זײַנע לונגען אָטעמען און אין זײַן קאָפּ דרייען זיך מחשבֿות. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דער מיצווה פֿון ספֿירת־העומר, וועלכע מיר ציילן די הײַנטיקע טעג, צווישן פּסח און שבֿועות, כּדי דורכצוגיין יעדעס יאָר פֿון ס׳נײַ דעם וועג פֿון יציאת־מצרים ביז דער מתּן־תּורה. אויפֿן 50סטן טאָג נאָך זיבן וואָכן פֿון ספֿירה־ציילן קערט זיך דאָס ייִדישע פֿאָלק אום צוריק אויפֿן באַרג סיני, כּדי צו באַקומען אַ נײַע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג — אַזוי ווי בײַם יובֿל־יאָר, ווען דאָס לאַנד פֿלעגט זיך אומקערן צום אַלטן ירושה־שטייגער.

אַ סך ייִדישע מיצוות העלפֿן אונדז משׂיג צו זײַן און דערשפּירן די אינערלעכע ריטמען פֿונעם אוניווערס. אַזוי ווי דער גאַנג פֿון די טעג האָט אַ געוויסן ריטעם, וועלכער ווערט אויסגעדריקט דורך דעם חילוק צווישן די וואָכעדיקע טעג און דעם הייליקן שבת, איז פֿאַראַן אַ חילוק צווישן די געוויינטלעכע יאָרן און דעם ספּעציעלן "שבתדיקן" שמיטה־יאָר. ווי עס שטייט אין פּרקי־אָבות, "בן חמשים לעצה": בײַ פֿופֿציק יאָר דערגרייכט אַ מענטש אַ מדרגה, ווען זײַנע עצות האָבן אַ באַזונדערע ווערט. אין דער וועלט זענען אויך פֿאַראַן גלאָבאַלע פּעריאָדן און יובילייען, ווען די מענטשהייט קערט זיך צומאָל אום צום געוועזענעם ירושה־מצבֿ, אָבער אויף אַ נײַער מדרגה פֿון דער דיאַלעקטישער אַנטוויקלונג־ספּיראַל.

על־פּי־קבלה, זענען די ענינים פֿון שמיטה און יובֿל מרמז אויף גלאָבאַלע קאָסמישע ציקלען פֿון זיבן טויזנט און פֿופֿציק טויזנט יאָר. ווי עס דערקלערט דער גרויסער מקובל יצחק דמן עכּו, מוז מען נישט אָננעמען די דאָזיקע ציפֿערן בוכשטעבלעך. אַ קאָסמישע "שמיטה" קען דויערן מיליאָנען און אַפֿילו מיליאַרדן יאָר. מע קאָן אויך זאָגן, אַז עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע קאָסמישע ריטמען — קורצע, גרויסע און ממש ריזיקע. אין דער מענטשלעכער געשיכטע טרעפֿן זיך אויך צײַטן פֿון מהומהדיקע בלאָנדזשענישן און אומקער צו דער ירושה, גלות און גאולה, באַוועגונג און רו. די עכטע גאולה וועט קומען, ווען די מענטשן וועלן קאָנען לייזן די סתּירות צווישן די קעגנזײַטיקע סאָציאַלע כּוחות און דערגרייכן אַ האַרמאָניע צווישן דעם אינדיווידואַליסטישן כאַאָס און דעם אַלגעמיינעם סדר.

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַהאַנדלט די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן פּערזענלעכן ווילן און דעם ג־טלעכן רוף. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "בהר" — "אויפֿן באַרג", ווײַל אין איר ערשטן פּסוק שטייט געשריבן, ווי דער אייבערשטער האָט איבערגעגעבן משה רבינו די ענינים פֿון שמיטה און יובֿל אויפֿן הר־סיני. ווײַטער דערקלערט די תּורה, אַז די שבֿטים טאָרן נישט פֿאַרקויפֿן זייער שטח לאַנד אויף אייביק, ווײַל "גרים ותּושבֿים אַתּם עמדי" — איר זענט גרים און צײַטווײַליקע אײַנוווינער מיט מיר. על־פּי חסידות, האָט דער אייבערשטער דערקלערט, אַז ער איז אַליין, כּבֿיכול, אַ וואַנדערער אין דער וועלט, אַזוי ווי דער מענטש.

דער דאָזיקער פּסוק ווײַזט אָן נאָכאַמאָל, אַז דער ענין פֿון יובֿל האָט ווייניק צו טאָן מיט דער שטענדיקער לאַנד־ירושה. אַדרבה, יעדער מענטש איז, אין דער אמתן, אַ שטיקל גר און אַ וואַנדערער, אויב אַפֿילו ער שטאַמט פֿון דער סאַמע מיוחסדיקער משפּחה. דער אייבערשטער אַליין איז אָבער אויך אַ "וואַנדערער", ווײַל די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם זענען תּמיד דינאַמישע, וואַנדערנדיקע.

מע קאָן זאָגן, אַז יעדער ייִד טרעפֿט זיך מיטן באַשעפֿער אויפֿן באַרג סיני, כּבֿיכול, ווי איין וואַנדערער מיטן צווייטן, כּדי צו לאָזן זיך וואַנדערן ווײַטער און צו טרעפֿן זיך ווידער אין אַ יאָר אַרום. אַזאַ קוק אויף די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און ג־ט, ווי אַ ציקל פֿון כּסדרדיקע וואַנדערונגען און "אומקערונגען צו דער ירושה", העלפֿט צו ווײַזן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין סתּירה, אין דער אמתן, צווישן דעם פּערזענלעכן רוף פֿונעם האַרץ און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן.