טײַערע חזנטע,
איך בין צוזאַמען מיט מײַן חבֿר שוין מער ווי אַ יאָר. ער איז אַ וווילער יאַט, און האָט אַלע מעלות וואָס איך זוך אין אַ מאַן. ער האָט דרך־ארץ פֿאַר מיר, פֿאַרדינט ווי אַן אַדוואָקאַט, שטאַמט פֿון אַ משפּחה מיט אַ ייִחוס און איז סימפּאַטיש צו מײַן משפּחה. איך בין געווען גליקלעך פֿון אונדזער באַציִונג. אָבער לעצטנס, איז מיר נימאס געוואָרן. מיר זענען פֿאַרקראָכן אין אַ לאָך, ווי אַן אַלט חתונה־געהאַטע פּאָרל, כאָטש מיר זענען בלויז 27 און 33 יאָר אַלט. איך טראַכט, אַז ס׳איז שוין צײַט איך זאָל זיך צעשיידן מיט אים, אָבער אפֿשר האָב איך אַ טעות. ווי מיינט איר?
נימאס געוואָרן
טײַערע נימאס געוואָרן,
האָט איר אים ליב? ווען איר שטעלט זיך פֿאָר, אַז אין דער צוקונפֿט, וועט איר ביידע חתונה האָבן, וואָס פֿילט איר? קענט איר זיך פֿאָרשטעלן דאָס אויפֿהאָדעווען קינדער מיט אים? ווען עפּעס אינטערעסאַנטס קומט פֿאָר אין אײַער לעבן איז אײַער חבֿר דער ערשטער מענטש מיט וועמען עס ווילט זיך דערציילן? ווען איר ווערט צערודערט, זוכט איר הילף בײַ אײַער חבֿר? ווען איר ענטפֿערט ערלעך אויף די קשיות, וועט איר קענען אויספּלאָנטערן, וואָס איר זאָלט טאָן ווײַטער.
טײַערע חזנטע,
מײַן טאַטע איז אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה. ס׳איז געווען נישט לײַכט צו וואַקסן מיט אַזאַ פֿאָטער. זעלטן האָט ער גערעדט צו זײַנע דרײַ קינדער. ווען ער האָט יאָ גערעדט, האָט ער אונדז געזאָגט מוסר וועגן אונדזערע מאַנירן (וועלכע זענען געווען גאַנץ גוטע), אונדזערע צייכנס אין שול (וועלכע זענען אויך געווען גאַנץ גוטע). מײַן טאַטע האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעתן חורבן און מע האָט אונדז געלערנט אים נישט צו פֿרעגן וועגן דעם.
איצט גייט עס באַרג אַראָפּ מיטן טאַטנס געזונט. בדרך־כּלל איז ער בײַ די קלאָרע געדאַנקען, אָבער אַ מאָל ווערט ער צעמישט און הייבט אָן צו רעדן אויף ייִדיש, רופֿט מיך בײַ זײַן שוועסטערס נאָמען. מיר זענען פֿריִער קיין מאָל נישט געווען אַזוי נײַגעריק צו וויסן וועגן זײַן חורבן־געשיכטע, אָבער הײַנט האַלט איך, אַז די צײַט איז געקומען ווען מע דאַרף דאָס הערן. מײַן ברודער און שוועסטער זענען נישט מסכּים און האַלטן, מע זאָל אים לאָזן צורו.
וואָס האַלט איר איז מער וויכטיק — צו וויסן וואָס ס׳איז געשען, אָדער צו לאָזן אונדזער טאַטן אַליין?
צווייטער דור
טײַערער צווייטער דור,
מיר דאַכט, אַז אַזאַ באַשלוס קען אײַער טאַטע נאָך אַלץ אַליין מאַכן כּל־זמן ער איז בײַם זינען. איר און אײַער ברודער און שוועסטער מוזן זאָגן אײַער טאַטן קלאָרע דיבורים; אים דערציילן, אַז די משפּחה־געשיכטע איז וויכטיק פֿאַר אײַך, און, אַז איר ווילט וויסן פֿון וואַנען ער שטאַמט, וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, און ווער איז געווען אין דער משפּחה פֿאַר דער מלחמה, און אַזוי ווײַטער. אויב ס׳איז אים צו שווער אײַך צו דערציילן, וואָלט אים אפֿשר לײַכטער געווען זי צו דערציילן אַן אַנדערן מענטשן פֿון דער פֿרעמד, וועלכער קען זײַן געשיכטע אויפֿכאַפּן אויף ווידעאָ. זאָל אײַער טאַטע זיך מישבֿ זײַן. איך האָף, אַז ער וועט באַשליסן אײַך צו דערציילן זײַן לעבנס־געשיכטע.
טײַערע חזנטע,
איך האָב באַקומען אַ פּאַרקיר־שטראָף. זאָל איך דערציילן מײַן מאַן?
מיט אַ שולד־געפֿיל
טײַערע "מיט אַ שולד־געפֿיל",
יאָ, אָבער מיט אַ תּנאַי, אַז ער זאָל אײַך דערציילן וועגן זײַנע פֿאַלן פֿון באַקומען אַזאַ שטראָף.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024