שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן קליינער ברודער וווינט בײַ מיר און מײַן מאַן שוין אַ חודש לאַנג ביז ער געפֿינט נאָר אַ שטעלע. מײַן מאַן איז זייער פֿרײַנדלעך צו אים און איז געווען גליקלעך וואָס ער איז געוואָרן אַ גאַסט אין שטוב. ער האָט אים געזאָגט, ער זאָל זיך פֿילן ווי אין דער היים.

די צרה איז וואָס מײַן ברודער פֿילט זיך שוין אַ ביסל היימיש. זײַן קויטיקע וועג און זאָקן זענען צעוואָרפֿן איבער זײַן צימער. די הערעלעך פֿון זײַנע וואָנציעס קען מען נאָך געפֿינען בײַם אָפּגאָס, נאָך דעם ווי ער גאָלט זיך. מיר האָבן נאָר איין וואַשצימער און ער בלײַבט דאָרטן אַזוי לאַנג, עלעהיי ער איז דער קיסר. מײַן מאַן קען שוין מער נישט אויסהאַלטן.

איך האָב מורא, אַז אויב איך זאָג מײַן ברודער וועגן אונדזער אומצופֿרידנקייט וועט ער פֿאַרלאָזן די שטוב און וווינען בײַ אַ חבֿר. דער אמת איז, אַז ער איז געווען אַוועק פֿון מיר אַזוי לאַנג, אַז איך וויל ער זאָל זײַן גליקלעך און בלײַבן בײַ אונדז דעם גאַנצן חודש. וואָס זאָל איך טאָן?

איך וווין מיט אַ זשלאָב


טײַערע "איך וווין מיט אַ זשלאָב",

איך פֿאַרשטיי, אַז איר ווילט אײַער ברודער זאָל זיך פֿילן באַקוועם בײַ אײַך אין דער היים. אָבער דאָס קען נישט פֿאָרקומען אויפֿן חשבון פֿון אײַער באַקוועמקייט אין אײַער אייגענער שטוב. וואָנציעס אין אָפּגאָס איז טאַקע נישט אויסצוהאַלטן. אײַער ברודער האָט נישט קיין דרך־ארץ. זאָגט אים פּונקט וואָס איר דערוואַרט פֿון אים — נישט קיין קליידער אויף דער'ערד, אַ ריינער אָפּגאָס, ווייניקער צײַט אין וואַשצימער. אויב ער גייט אַוועק צו בלײַבן בײַ אַ חבֿר, קענט איר אים פֿאַרבעטן צו קומען און פֿאַרברענגען מיט אײַך, און עסן בײַ אײַך, אָבער נישט איבערנעכטיקן. די פֿאָדערונגען זענען נישט אַזוינע גוואַלדיקע. הכנסת־אורחים דאַרף נישט צעשטערן שלום־בית.


טײַערע חזנטע,

מײַן באַלעבאָס חזרט זיך איבער כּסדר. מיר האָבן צוויי וועכנטלעכע זיצונגען און מיר האָבן פּונקט די זעלביקע שמועסן ביידע מאָל. ער דערציילט מיר מעשׂיות, און אַפֿילו ווען איך דערמאָן אים, אַז מיר האָבן דאָס שוין אַרומגערעדט, שאָקלט ער מיטן קאָפּ און רעדט ווײַטער וועגן דער אייגענער מעשׂה. איך מיין נישט, אַז די פּראָבלעם איז זײַן זכּרון; איך מיין, אַז ער האָט פּשוט ליב צו רעדן און צו פּטרן די צײַט וואָס מיר פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט אַלץ וואָס איז אויף זײַן צונג, כאָטש איך האָב עס שוין געהערט. מײַן אַרבעטס־טאָג איז אַזוי פֿאַרנומען, אַז ס'איז אַ שאָד די צײַט. צי איז דאָ אַן אופֿן צו רעדן מיטן באַלעבאָס וועגן דעם?

גוטער אַרבעטער


טײַערער גוטער אַרבעטער,

ס׳איז בעסער אים נישט צו זאָגן עפּעס וועגן דעם דירעקט. איר וואָלט אים אפֿשר באַליידיקט, און, עס זעט אויס, אַז ער האָט צוטרוי אין אײַך. טוט אַ פּרוּוו מיט אַן אַנדער אופֿן: פֿרעגט אים, צי איר קענט צוגרייטן אַ סדר־היום פֿאַר יעדער זיצונג; אַזוי וועט ער נישט אַוועקבלאָנדזשען פֿון וויכטיקע פּונקטן. גיט אַ טראַכט, ווי אַזוי איר קענט זיך עפּעס אויסלערנען פֿון זײַן מבֿינות, און שאַפֿט דעם סדר־היום אין אַזאַ ריכטונג.


טײַערע חזנטע,

איך בין נישט קיין זייער וואַרעמער מענטש, און אין מײַן סינאַגאָגע וויל יעדער מיך אַרומנעמען ווי אַ באַגריסונג. ווי קען איך זיי ניט אַרומנעמען און נישט אויסזען ווי אַ קאַלטער פֿיש?

נישט קיין אַרומנעמער


טײַערער נישט קיין אַרומנעמער,

איידער זיי נעמען אײַך אַרום, גיט זיי האַרציק די האַנט ווי אַ באַגריסונג. קוקט זיי גלײַך אין די אויגן און שמייכלט, און אײַער פֿרײַנדשאַפֿט וועט "שײַנען" פֿאַר יעדן איינעם.

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024