פּאַשקוויל
ד"ר קלאַודיאַ ראָזענצווײַג, די איטאַליעניש-ישׂראלדיקע קענערין פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, האָט אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך, וואָס איז כּולל צוויי איבערזעצונגען אויף איטאַליעניש פֿון לידער פֿון אליהו בחור (1468—1549). דאָס בוך הייסט Due canti Yiddish, Rime di un poeta ashkenazita nella Venezia del Cinquecento — "צוויי לידער אין ייִדיש: גראַמען פֿון אַן אַשכּנזישן דיכטער אין ווענעציע פֿון 16טן יאָרהונדערט". מע האַלט, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיך די דאָזיקע לידער באַוויזן ווי "פּאַשקווילן", פֿון איטאַליענישן pasquinate — פּלאַקאַטן מיט (בדרך-כּלל) סאַטירישע טעקסטן, וואָס מע פֿלעגט אויפֿקלעפּן אויף די ווענט אָדער סטאַטועס.
דאָס וואָרט "פּאַשקוויל" (אָדער "פּאַסקוויל") האָט זיך באַזעצט אין אַ סך שפּראַכן, בפֿרט סלאַווישע, און דער איצטיקער באַטײַט פֿון דעם באַגריף אין ייִדיש פֿאַלט טאַקע צונויף מיטן סלאַווישן באַטײַט. עס מיינט אַ שאַרפֿע און געוויינטלעך רחילותדיקע קריטיק פֿון אַ מענטשן, אינסטיטוציע, אונטערנעמונג וכ’. הײַנטיקע פּאַשקווילן טשעפּעט מען ניט צו צו קיין וואַנט, נאָר מע דרוקט זיי, בדרך-כּלל, אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַרטיקל אין אַ צײַטשריפֿט צי אַ בראָשור. דאָס וואָרט ווערט גענוצט מיט דער פּרעפּאָזיציע "אויף". למשל, "אַ פּאַשקוויל אויף ישׂראל".
לויט אוריאל ווײַנרײַכס "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך", באַקומט זיך, אַז "פּאַשקוויל" און "פּאַמפֿלעט" שטעלן מיט זיך פֿאָר סינאָנימען, עקוויוואַלענטן פֿונעם ענגלישן וואָרט lampoon. אין דער אמתן, זײַנען דאָס אַ ביסל פֿאַרשיידענע באַגריפֿן. פּאַמפֿלעט איז מער אַן אָפֿענע, ניט קיין דריידלדיקע, כאָטש אויך שאַרפֿע קריטיק. און אויב מע נוצט אַ פּרעפּאָזיציע, איז עס געוויינטלעך "קעגן" און ניט "אויף". למשל, "אַ פּאַמפֿלעט קעגן דער מלחמה". דער ייִדישער "פּאַמפֿלעט" איז ניט דאָס זעלבע וואָס דער ענגלישער pamphlet — מיר האָבן אַן אַנדער וואָרט פֿאַר אַזעלכע דינענקע אויסגאַבעס: "בראָשור".
פֿאַרביסן
אין אַ סך ענגליש-רעדנדיקע משפּחות נוצט מען דאָס ייִדישע וואָרט "פֿאַרביסן", אין דעם זין אַז "זי איז אַ פֿאַרביסענע" אָדער "ער איז אַ פֿאַרביסענער". מיינען מיינט מען דערמיט אַ מענטשן, וואָס איז אַן עקשן און מע קען אים, אָדער זי, ניט צופֿרידן שטעלן. בײַ אַזאַ מענטש איז אַלץ שלעכט, אַלץ ווערט אויפֿגענומען מיט אַ זויערער מינע. דאָס גלאָז איז תּמיד האַלב אויסגעליידיקט און קיין מאָל ניט האַלב אָנגעפֿילט.
אָבער "פֿאַרביסן" באַווײַזט זיך אָפֿט מאָל ווי אַן אַדיעקטיוו:
"זיי פֿירן אַ פֿאַרביסענעם קאַמף קעגן דעם בלוטיקן דיקטאַטאָר".
"ער איז באַקאַנט ווי אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט".
אין אַזעלכע פֿאַלן מיינט עס אומפּשרותדיקייט, עקשנות אָדער פּשוט שׂינאה.