טײַערע חזנטע,
זינט איך האָב געהאַט דאָס דריטע קינד מיט זיבן יאָר צוריק, האָב איך געוואָלט פֿאַרלירן אין וואָג, וואָס איז צוגעקומען מיט יעדן קינד. די איבעריקע וואָג איז שוין אָבער געבליבן. אַמאָל בין איך געווען דאַר; איז מיר געווען שווער צו קוקן אין שפּיגל יעדן טאָג און זען ווי פֿעט איך בין געוואָרן — מײַן בויך, פּאָלקעס, רוקן — אַלץ. איך האָב עס באמת פֿײַנט באַקומען. איך האָב זיך אַ נדר געגעבן יעדן ראָש־השנה, איך זאָל סוף־כּל־סוף אויסזען בעסער. איך בין געוואָרן אַ מיטגליד אין דער גרופּע וואָג־היטערס, געגאַנגען שפּאַצירן אין דער פֿרי און אין אָוונט מיט אַ פֿרײַנד און אָנגעהויבן צו קאָכן געזינטערע מאכלים פֿאַר מײַן משפּחה. הײַנט, צען חדשים שפּעטער, זע איך אויס גוט און געזונט. אָבער ווען איך קוק אין שפּיגל, פֿיל איך נאָך אַלץ אַ זעלבסט־שׂינאה. פֿון וואַנען קומט דאָס און ווי קען איך פּטור ווערן פֿון דעם געפֿיל? איך בין געווען זיכער, אַז ווען איך פֿאַרליר אין וואָג, ווער איך צוריק די אַמאָליקע "איך".
מער נישט פֿעט
טײַערע מער נישט פֿעט,
עס קומט אײַך אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט דערגרייכט אײַער ציל. עס איז גוט צו הערן, אַז איר לעבט זיך אויס אויף אַ געזינטערן לעבן־שטייגער.
מאָלט אײַך, אַז אײַער איבעריקע וואָג האָט געדינט ווי אַ וואַנט צווישן אײַער עצם־איך און אײַער זעלבסט־ווערט. די איבעריקע וואָג האָט אײַך געגעבן עפּעס צו באַטראַכטן און פֿײַנט האָבן. ווען איר האָט געקוקט אין שפּיגל, איז אײַך נישט געפֿעלן געווען, וואָס איר האָט געזען. איר האָט געמיינט, אַז ווען איר פֿאַרלירט די וואָג, וועלן אײַערע נעגאַטיווע געפֿילן וועגן זיך אַליין אויך פֿאַרלוירן גיין. אַזוי ווי דאָס איז נישט געשען, נעמען מיר אָן, אַז עס זענען פֿאַראַן סיבות פֿאַר אײַערע געפֿילן. עס זעט אויס, אַז נאָר נאָך דעם ווי איר האָט פֿאַרלוירן די וואָג, פֿאַרשטייט מען, אַז די איבעריקע וואָג איז נישט געווען די הויפּט־פּראָבלעם.
איך לייג פֿאָר, איר זאָלט זיך טיפֿער אַרײַנטראַכטן אין דעם ענין. וואָסערע טיילן פֿון אײַער פּערזענלעכקייט ווילט איר יאָ איבערגעבן צו אײַערע קינדער און וועלכע נישט? ווי קענט איר בײַטן די אַספּעקטן פֿאַר זיך, כּדי איר זאָלט ווערן דער מענטש וואָס איר ווילט זײַן?
בשעת איר מאַכט דורך דעם פּראָצעס, געדענקט! מען דאַרף זיך באַציִען צו זיך מיט דרך־ארץ און ליבשאַפֿט.
טײַערע חזנטע,
ווי זאָל מען זיך פֿירן מיט אַ מענטש, מיט וועלכן איך פֿיל זיך אומבאַקוועם? עס איז דאָ אַ מאַן, וואָס קומט אָפֿט אין מײַן ביוראָ און שיקט מיר בליצפּאָסט־בריוו, אין וועלכע ער פֿלירטעוועט מיט מיר און דריקט אויס צופֿיל קאָמפּלימענטן. איך האָב אים נאָך נישט געענטפֿערט. ער האָט מיר לעצטנס געשיקט אַ געבוירן־טאָג־קאַרטל, כאָטש איך ווייס נישט, פֿון וואַנען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן געבוירן־טאָג. איך בין אַ חתונה־געהאַטע און ער ווייסט דאָס. דאָס קאַרטל לויבט מײַן שיינקייט און האָט אַ ליד פֿאַר מיר. איך האָב נאָך נישט געענטפֿערט. ווי זאָל איך אים באַהאַנדלען?
אומבאַקוועם
טײַערע אומבאַקוועם,
אַזוי ווי איר ווייסט נישט, וואָס דער דאָזיקער מאַן האָט אין זינען, לייג איך פֿאָר, איר זאָלט רעדן מיטן שעף פֿון זיכערקייט אין אײַער ביוראָ. אפֿשר קען ער זיך טרעפֿן מיט אים און לאָזן וויסן, אַז איר ווילט נישט מער באַקומען די בליצבריוו. זאָל מען קאָנטראָלירן זײַן ביאָגראַפֿיע. זײַט פֿאָרזיכטיק, און נישט העפֿלעך!
טײַערע חזנטע,
איך האָב געבעטן אַ מיידל, זי זאָל אַרויסגיין מיט מיר און זי האָט געענטפֿערט — "ניין". זאָל איך זי נאָך אַ מאָל בעטן? אפֿשר האָט זי זיך מישבֿ געווען?
נײַגעריקער
טײַערער נײַגעריקער,
ניין, בעט זי נישט נאָך אַ מאָל. שוין צײַט ווײַטער צו גיין!
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024