פֿונעם אייביקן קוואַל

ס׳איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער שטריך אינעם קלאַסישן לשון־קודש: אַ סך אויסדרוקן האָבן אַ בפֿירוש אַנטראָפּאָמאָרפֿישן טעם. פֿאַרשיידענע דערשײַנונגען פֿון דער נאַטור, אַבסטראַקטע באַגריפֿן, די באַציִונגען צווישן די באַשעפֿענישן און דעם באַשעפֿער קלינגען אין דער תּנ״כישער שפּראַך און בײַ די חז״ל ווי עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד וועגן אַ מענטש.

ג־טלעכקייט ווערט כּסדר באַשריבן אין דער תּורה מיט אַזעלכע אַנטראָפּאָמאָרפֿישע טערמינען, ווי "אצבע־אלוקים" אָדער "עיני ה׳" — "אַ פֿינגער פֿון ג-ט" אָדער "דעם אייבערשטנס אויגן". די תּרגומים, וועלכע זענען נישט בלויז אַראַמישע איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, נאָר אויך אוראַלטע פּירושים, טײַטשן אַזעלכע אויסדרוקן כּסדר ווי מעטאַפֿאָרן.

דער סעדיה־גאון, דער רמב״ם און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן אַנטוויקלען די דאָזיקע טעמע ווײַטער און דערקלערן, אַז די תּורה באַנוצט זיך מיט אַזעלכע אויסדרוק, כּדי אַפֿילו אַ פּשוטער מענטש זאָל זיי קענען פֿאַרשטיין אויף זײַן מדרגה. מע מוז אָבער שטרעבן זיך צו באַפֿרײַען פֿון אַנטראָפּאָמאָרפֿישע געדאַנקען וועגן דעם רבונו־של־עולם. אַפֿילו אַזעלכע באַגריפֿן, ווי חכמה, ווילן און עקזיסטענץ, באַציִען זיך צו דער סיבה־הראשונה, דעם ג־טלעכן אַבסאָלוט, בלויז בדרך־שלילה, ווי אַן אָפּלייקענונג פֿון די פֿאַרקערטע השערות.

למשל, ווען מיר זאָגן, אַז דער אייבערשטער עקזיסטירט, מיינען מיר, אַז ס׳איז נישט ריכטיק צו זאָגן, אַז ער עקזיסטירט נישט, הגם דער אַבסאָלוט איז העכער ווי אונדזער באַגריף פֿון עקזיסטענץ. די סאָוועטישע אַטעיִסטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן געטענהט, אַז די קאָסמאָנויטן פֿליִען כּסדר אין קאָסמאָס, און האָבן דאָרטן קיינמאָל נישט געזען קיין גאָט. דאָס איז, אָבער, גאָר אַ נאַרישע טענה. נאָכמער, ווי דער מהר״ל דערקלערט אין דער הקדמה צו זײַן ספֿר "גבֿורות ה׳", איז אַפֿילו נישט ריכטיק צו באַטראַכטן דעם אייבערשטן ווי אַן אַבסטראַקטן שׂכל. אַזעלכע אַספּעקטן פֿון ג־טלעכקייט, ווי חכמה און רצון, ווערן אַנטפּלעקט בלויז אינעם אייבערשנס באַציִונג צו די באַשעפֿענישן.

זײַענדיק בעלי־שׂכל, פֿאַרשטייען מיר אַליין דעם אַבסאָלוט ווי אַ בעל־שׂכל, ווײַל ס׳איז שווער פֿאַר אונדז צו טראַכטן מחוץ דער געוויינטלעכער מענטשלעכער שפּראַך, וואָס איז פֿול מיט אָפּאָזיציעס. פֿאַר אונדז זענען אַלע זאַכן אין דער וועלט צעטיילט אויפֿן סוביעקט — דעם מענטש — און אַזעלכע אומשׂכלדיקע אָביעקטן, ווי אַ בוים אָדער אַ שטיין. דער ג־טלעכער אין־סוף איז אָבער דאָס עצם פֿון אַלץ — סײַ פֿונעם אָביעקט, סײַ פֿונעם סוביעקט — און פֿאָרט נישט דאָס און נישט דאָס אַנדערע. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער גרויסער פֿילאָסאָף העגעל, וועלכער האָט באַטראַכט ג־ט ווי דעם אוניווערסאַלן "צײַטגײַסט", האָט זיך אינטערעסירט מיט קבלה.

אין די אַנטראָפּאָמאָרפֿישע מעטאַפֿאָרן שטעקט אָבער אויך אַ טיפֿע חכמה און אַ פּאָעטישער חן. צום באַשפּיל, ווערן די וואַסער־קוואַלן אָנגערופֿן אין דער תּורה ווי "עינים", אויגן פֿון דער ערד, און דער באַרג־שפּיץ ווי "ראָש־ההר", דער קאָפּ. אַזעלכע אויסדרוקן גיבן צו אַ טעם פֿון לעבעדיקייט צו דער אַרומיקער וועלט. על־פּי־קבלה, זענען אַלע זאַכן אין דער וועלט פֿול מיטן ג־טלעכן חיות; ס׳איז גרינגער צו דערשפּירן, אויב מע קוקט אויף דער ערד אָדער אַ באַרג ווי אויף אַ בעל־נפֿש, וואָס האָט אַ קאָפּ מיט אויגן.

די מקובלים לייגן דווקא אַ גרויסן אַכט אויף די אַנטראָפּאָמאָרפֿישע באַגריפֿן אין דער תּורה און באַנוצן זיך מיט זיי נאָך ברייטער. אין די קבלה־ספֿרים טרעפֿן זיך זייער פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון "שיעור־קומה" — דעם באַשעפֿערס מיסטישן "גוף". הגם דער אייבערשטער איז בעצם העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, אָבער אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען זײַנע אַנטפּלעקונגען. אין דעם זין, איז דער ג־טלעכער אין־סוף דער גײַסט פֿונעם אוניווערס, און דער אוניווערס איז זײַן גוף. הגם דער אייבערשטער אַליין איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, אַנטפּלעקט ער זיך דווקא דורך היפּוכדיקייט און פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער וועלט.

ווי באַלד דער אייבערשטער איז דער "צײַטגײַסט", דער עצם פֿון אַלע פּראָצעסן, וואָס טוען זיך אין דער וועלט, קאָן דער תּנ״כישער אַנטראָפּאָמאָרפֿישער סימבאָליזם אָנגעווענדט ווערן צו דער צײַט גופֿא. ווען די תּורה רופֿט עפּעס אַ געשעעניש "אצבע־אלוקים", מיינט זי סײַ אַ געוויסן נס, סײַ אַ געוויסן מאָמענט, ווען דער ג־טלעכער גײַסט ווערט אַנטפּלעקט שטאַרקער, ווי אַ ג־טלעכער "פֿינגער", וואָס ווײַזט אונדז עפּעס אָן.

דער הײַנטיקער יום־טובֿ הייסט ראָש־השנה — בוכשטעבלעך, "דער קאָפּ פֿונעם יאָר". אינעם חב״ד־ספֿר "עטרת־ראָש" פֿונעם "מיטעלן רבין", און אַנדערע חסידישע ספֿרים, ווערט דערקלערט, אַז ראָש־השנה איז אויך דער טאָג, ווען דעם אייבערשטנס "קאָפּ", דער ג־טלעכער ווילן, שׂכל און השגחה, ווערט אַנטפּלעקט און באַקרוינט דורך אונדזער עבֿודה. דורך אונדזער תּשובֿה, תּפֿילה און צדקה קאָנען מיר דערגרייכן דאָס ג־טלעכע עצם פֿון אונדזער שׂכל, און ממילא אויפֿהייבן דעם "קאָפּ" פֿון דער ג־טלעכער צײַטגײַסט ברענגענדיק ברכה און מזל במשך פֿונעם נײַעם יאָר.

האַזינו

דער הײַנטיקער שבת, וואָס פֿאַלט אויס צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור, הייסט "שבת־שובֿה", ווײַל ס׳איז אַ המשך פֿון אונדזער עבֿודת־התּשובֿה פֿון די ימים־נוראָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר די נבֿיאישע פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון 70 שורות, וועלכע משה רבינו האָט געזאָגט אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. ער האָט געוואָרנט די ייִדן וועגן די שטראָפֿן פֿאַר די עבֿירות, און דערקלערט, אַז דורך זייער תּשובֿה קאָנען זיי ברענגען די גאולה.

משה רבינוס שירה קלינגט טאַקע גאַנץ ענלעך צו די פּיוטים פֿון די ימים־נוראָים. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "האזינו השמים ואַדברה ותשמע האָרץ אמרי פֿי" — "הערט זיך צו, הימלען, און איך וועל רעדן; און זאָל די ערד הערן מײַנע ווערטער". פֿאַרשטייט זיך, אַז משה רבינו ווענדט זיך דאָ צו ייִדן, און נישט סתּם צום הימל און ערד; מיט אַזאַ רוף האָט ער דערוועקט די הערצער פֿון זײַן פֿאָלק צו תּשובֿה.

ווי געזאָגט, האָבן די אַנטראָפּאָמאָרפֿישע אויסדרוקן אַ באַזונדערן פּאָעטישן חן, ווײַל זיי העלפֿן אונדז צו דערשפּירן דאָס ג־טלעכע חיות, וואָס שטעקט אין אַלע זאַכן אין דער וועלט. משה רבינו האָט מעטאַפֿאָריש פֿאַרגליכן דעם הימל און די ערד — מיט די אַנדערע ווערטער, די גאַנצע וועלט — צו אַ קאָפּ, וואָס זאָל זיך צוהערן און פֿאַרשטיין זײַנע ווערטער.

ראָש־השנה איז דער קאָפּ פֿונעם יאָר, ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דער "קאָפּ" פֿון דער ג־טלעכער צײַטגײַסט — דער ג־טלעכער ווילן, שׂכל און השגחה. הגם דער אייבערשטער אַליין, דער אַבסאָלוט, איז בעצם העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, ווערט ער אַנטפּלעקט דורך אונדזערע עבֿודת־התּשובֿה, ווען מיר שטרעבן צו דערגרייכן דאָס ג־טלעכע עצם פֿון אונדזער נשמה און פֿון דער אַרומיקער וועלט.

משה רבינו האָט דערמאָנט דאָס ג־טלעכע חיות, וואָס שטעקט אינעם הימל און ערד, כּדי צו דערמאָנען די ייִדן וועגן דעם ג־טלעכן עצם פֿון זייער אינערלעכער וועלט. דורכן פֿאַרטיפֿן זיך אין זיך במשך די ימים־נוראָים, זוכנדיק דעם באַשעפֿער אין אונדזערע נשמות, אַנטפּלעקן מיר דעם ג־טלעכן "קאָפּ" פֿון דער צײַט און פֿון דער וועלט, ברענגענדיק די גײַסטיקע ענערגיע פֿאַרן גאַנצן קומענדיקן יאָר.