דעם 10טן אויגוסט האָט דער "אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס" (congressforjewishculture.org) , צוזאַמען מיטן "ייִוואָ" און דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע, אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע, דעם 12טן אויגוסט 1952. דעמאָלט זײַנען אין מאָסקווע אומגעבראַכט געוואָרן די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ, ווי אויך דער פֿירנדיקער אַקטיאָר פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער בנימין זוסקין. אַזוי האָט דער סאָוועטישער רעזשים זיך צערעכנט מיט זיי, געטרײַע סאָוועטישע בירגער, ווײַל זייער טעטיקייט האָט אויסגעזען פֿאַרדעכטיקט אין די אויגן פֿון סטאַלינס פּאַראַנאָיִשע אידעאָלאָגן און פּאָליציאַנטן.
בעת דער הײַיאָריקער הזכּרה, דורכגעפֿירט אין דעם בנין פֿון צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע, איז פּרעזענטירט געוואָרן דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד", צונויפֿגעשטעלט דורך חיים ביידער ז״ל. דאָס איז אַן אוניקאַלער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה אין די יאָרן 1917—1991.
חיים ביידער (1920—2003), אַ דיכטער און ליטעראַטור-פֿאָרשער, איז אַליין געווען אַ טייל פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער סבֿיבֿה, אויסגעשולט אין אַ ייִדישער לערן־שול און אַ ייִדישן אוניווערסיטעט. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן האָט ער געאַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש-היימלאַנד", געווען דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם הויפּט-רעדאַקטאָר. די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער געוווינט אין ניו-יאָרק. אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" האָט חיים ביידער געדרוקט אַרטיקלען אונטער דער רובריק "פֿריש אין זכּרון". זײַנע ראַדיאָ-שמועסן זײַנען אַרײַן אין די רעקאָרדירונגען "חיים ביידער דערציילט: ייִדישע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד" (זען yiddish.forward.com/node/2272 און yiddish.forward.com/node/2273).