- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 10טן אויגוסט האָט דער "אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס" (congressforjewishculture.org) , צוזאַמען מיטן "ייִוואָ" און דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע, אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע, דעם 12טן אויגוסט 1952. דעמאָלט זײַנען אין מאָסקווע אומגעבראַכט געוואָרן די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ, ווי אויך דער פֿירנדיקער אַקטיאָר פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער בנימין זוסקין. אַזוי האָט דער סאָוועטישער רעזשים זיך צערעכנט מיט זיי, געטרײַע סאָוועטישע בירגער, ווײַל זייער טעטיקייט האָט אויסגעזען פֿאַרדעכטיקט אין די אויגן פֿון סטאַלינס פּאַראַנאָיִשע אידעאָלאָגן און פּאָליציאַנטן. בעת דער הײַיאָריקער הזכּרה, דורכגעפֿירט אין דעם בנין פֿון צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע, איז פּרעזענטירט געוואָרן דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד", צונויפֿגעשטעלט דורך חיים ביידער ז״ל. דאָס איז אַן אוניקאַלער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה אין די יאָרן 1917—1991. חיים ביידער (1920—2003), אַ דיכטער און ליטעראַטור-פֿאָרשער, איז אַליין געווען אַ טייל פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער סבֿיבֿה, אויסגעשולט אין אַ ייִדישער לערן־שול און אַ ייִדישן אוניווערסיטעט. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן האָט ער געאַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש-היימלאַנד", געווען דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם הויפּט-רעדאַקטאָר. די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער געוווינט אין ניו-יאָרק. אין דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" האָט חיים ביידער געדרוקט אַרטיקלען אונטער דער רובריק "פֿריש אין זכּרון". זײַנע ראַדיאָ-שמועסן זײַנען אַרײַן אין די רעקאָרדירונגען "חיים ביידער דערציילט: ייִדישע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד" (זען yiddish.forward.com/node/2272 און yiddish.forward.com/node/2273). |