אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון די רשימות, וועלכע די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" שטעלט צונויף פֿאַר בעסטסעלערס, האָט נאָר איין איבערזעצונג פֿון ייִדיש פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט. אַזוי איז עס, לכל-הפּחות, אין דער קאַטעגאָריע פֿון ליטעראַרישע ווערק פֿאַר דערוואַקסענע. די רייד גייט וועגן שלום אַשס ראָמאַן "איסט ריווער", וואָס איז אַרויס אין יאָר 1946 — סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. טאַקע די דאָזיקע איבערזעצונג האָט דערגרייכט דעם "ניו-יאָרק טײַמס"-אָלימפּוס דעם 24סטן נאָוועמבער 1946.
אויף ייִדיש האָט דעם ראָמאַן אַרויסגעגעבן דער פֿאַרלעגער אליהו לאַוב. אַ געבוירענער אין פּוילן, איז לאַוב געוואָרן אַ באַקאַנטער סאָציאַליסטישער פֿאַרלעגער אין בערלין. ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט לאַוב, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה, עמיגרירט קיין בעלגיע און דערנאָך קיין אַמעריקע. זײַן ניו-יאָרקער פֿאַרלאַג פֿלעגט פֿון מאָל צו מאָל דרוקן ייִדישע ביכער.
דער סיפּור-המעשׂה פֿון "איסט ריווער" איז מײַסטעריש אויפֿגעבויט אַרום אַ פּאָר משפּחות, וואָס וווינען אויף דער 48סטער גאַס אין מאַנהעטן. די געשעענישן אַנטוויקלען זיך ניט לאַנג פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה. צווישן די תּושבֿים זײַנען דאָ ייִדן און ניט-ייִדן, און די באַציִונגען צווישן זיי געפֿינען זיך אין צענטער פֿון דעם ראָמאַן, וואָס איז אפֿשר דער סאַמע הצלחהדיקער צווישן די צענדליקער גרויסע ווערק פֿון שלום אַש. אַזוי האַלטן, לכל-הפּחות, אַ צאָל ליטעראַטור-קענער, אַרײַנגערעכנט אַזאַ אויטאָריטעט אין הילכות ייִדישע ליטעראַטור ווי דן מירון.
אָבער די הײַנטיקע מאַסן-לייענער איגנאָרירן דעם ראָמאַן. לאָמיר זײַן יושרדיק צו זיי — דאָס איז דאָך, בלי-ספֿק, ניט זייער שולד (צי ניט נאָר זייער שולד). פּשוט, די ייִדישע בילדונג-סיסטעם און די מאַסן-מעדיאַ זאָגן זיי ניט אונטער, אַז אַזאַ בוך איז כּדאַי צו לייענען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ביכער ווערן בכלל זייער ווייניק געלייענט און זייער ווייניק דערמאָנט אין דעם הויפּטשטראָם פֿון הײַנטיקן ייִדישן לעבן.
כאַראַקטעריש, אַז דער ראָמאַן "איסט ריווער" האָט געהאַט אויפֿגערעגט דעם עולם אין האָליוווּד. דעם 28סטן אויגוסט 1946, האָט די "ניו-יאָרק טײַמס" געשריבן וועגן אונטערהאַנדלונגען צווישן שלום אַש און דער קינאָ-סטודיע "מעטראָ-גאָלדווין-מייער" מכּוח די רעכט אויף צו מאַכן אַ פֿילם, באַזירט אויפֿן ראָמאַן "איסט ריווער". די סומע פֿון דעם קאָנטראַקט האָט מען ניט אַנטפּלעקט, אָבער מע האָט געשריבן, אַז זי האָט געקענט דערגרייכן ביז 225 טויזנט דאָלאַר. דאָס זײַנען געווען זייער גרויסע געלטער מיט 65 יאָר צוריק — בערך אַ פּאָר הונדערט דורכשניטלעכע יערלעכע שׂכירות.
אָבער דער סוף איז געווען, אַז פֿון די אַלע פּלענער איז אַרויס אַ בוידעם, ווען — אָנהייב 1948 — האָט די קינאָ-סטודיע "מעטראָ-גאָלדווין-מייער" געמאָלדן וועגן איר באַשלוס זיך אָפּצוזאָגן פֿון עקראַניזירן "איסט ריווער". די סיבֿה איז געווען אַזאַ: "צו פֿיל" פֿילמען האָבן זיך דעמאָלט שוין באַוויזן אויף דער טעמע פֿון אַנטיסעמיטיזם, און קודם-כּל, אלי קאַזאַנס פֿילם "דזשענטלמענישע צונויפֿגערעדקייט" (Gentlemen’s Agreement), וואָס האָט אין יענעם יאָר באַקומען דרײַ "אָסקאַרס" און נאָך פֿינף נאָמינאַציעס. ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם באַשלוס, האָט דער ראָמאַן "איסט ריווער" ניט געהאַט דאָס מזל צו באַקומען אַ קינאָ-נוסח. אַנדערש וואָלט ער, אפֿשר, ניט געבליבן ליגן פֿאַרשאָטן מיט שטויב אויף אַלטע ביכער-פּאָליצעס. צוריק גערעדט, ווער געדענקט איצט (אַ חוץ געציילטע יחידי-סגולה) יוסף אָפּאַטאָשוס "ראָמאַן פֿון אַ פֿערד-גנבֿ", כאָטש ער איז יאָ "האָליוווּדיזירט" געוואָרן אין 1971?