אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות" — די נאָכקומענדיקע דורות — און דערציילט וועגן יצחקס און רבֿקהס צוויי צווילינג־זין: יעקבֿ און עשׂו.
נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער זיך שוין אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך. בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, פּרוּוונדיק זיך צו פֿאַרמעסטן און צו ווערן דער ערשט־געבוירענער זון. דערפֿאַר האָבן די עלטערן אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ" — פּיאַטע. הגם עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער און איז געווען, בגשמיות, רבֿקהס בכור, האָט יעקבֿ שפּעטער אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער פֿאַר אַ טעלער זופּ.
יצחק-אָבֿינו, וועלכער איז אויף דער עלטער בלינד געוואָרן, האָט געוואָלט בענטשן עשׂון מיט אַ ספּעציעלער ברכה, ווי זײַן ערשט־געבוירענעם זון. יעקבֿ האָט זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן טאַטע זאָל מיינען, ווען ער טאַפּט אים אָן, אַז ער בענטשט זײַן באַליבטן בכור. אַזוי אַרום, האָט יעקבֿ סײַ אָפּגעקויפֿט די בכורה פֿון זײַן ברודער, סײַ באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה ווי אַ בכור.
עשׂו איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף יעקבֿן, און באַשולדיקט אים אין שווינדלערײַ. צוליב עשׂוס כּעס, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן קיין חרן — די היימשטאָט פֿון זײַן טאַטן און פֿון זײַן ווײַב. אין דער קומענדיקער פּרשה וועלן מיר לייענען, ווי ער האָט אָפּגעאַרבעט אַ סך יאָרן בײַ זײַן פֿעטער, לבֿן; ערשט נאָך אַ לאַנגער צײַט האָט ער שלום געמאַכט מיט עשׂון.
ווי עס דערקלערן די חסידישע צדיקים, האָבן אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַן אייביקע אַרכעטיפּישע ווערט, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע פּרטים, ווי די נעמען פֿון די פּרשיות. די הײַנטיקע סדרה הייסט "תּולדות" — נאָכקומענדיקע דורות — דערפֿאַר מוז זי טראָגן אין זיך אַ לימוד וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די דורות אין אַלגעמיין.
אויפֿן ערשטן בליק, זעען מיר אין דער סדרה אַ שלעכטן בײַשפּיל פֿון אַ משפּחה, וווּ עס הערשט קריגערײַ און אומצוטרוי. הגם די חז״ל זאָגן, אַ יעקבֿ אָבֿינו האָט אָפּגענאַרט זײַן ברודער, ווײַל ער האָט געוווּסט, אַז עשׂו איז אַ רשע און פֿאַרדינט נישט זײַן טאַטנס ספּעציעלע ברכה ווי אַ בכור, האָט ער, סוף־כּל־סוף, געטאָן עשׂון אַן עוולה. ווי אַ בכור, וואָלט עשׂו געוואָרן דער ראָש פֿונעם דריטן דור ייִדן, נאָך יצחקן; יעקבֿ האָט זיך אָבער געזאָרגט וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און האָט נישט געקאָנט דערלאָזן אַזאַ מענטש ווי עשׂו צו ווערן דער אורפֿאָטער פֿון די קומענדיקע דורות ייִדן.
מע קאָן גרינג פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס עשׂו איז געוואָרן אין כּעס. הגם יעקבֿ האָט געמיינט לשם־שמים און געמוזט פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, האָט יעקבֿ אויסגענוצט צווייפֿלהאַפֿטיקע מיטלען. אַדרבה, קאָן מען זאָגן, אַז יעקבֿס לאַנגע אַרבעט בײַ לבֿנען, וועלכער האָט אים אָפּגענאַרט, איז געווען אַ כּפּרה אויף דעם, ווי יעקבֿ האָט אָפּגענאַרט עשׂון.
פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף יעקבֿס גוטע כּוונות, וואָס זעען מיר אין אונדזער פּרשה? אָפּנאַרערײַ, אינטריגעס און טויט־כּעס. אַ סך מדרשים שילדערן אַ שוואַרץ־ווײַס בילד פֿון די באַציִונגען צווישן יעקבֿ און עשׂו. יעקבֿ ווערט געשילדערט ווי אַ גרויסער צדיק, און עשׂו — ווי אַ רשע פֿון אַ ריזיקן קאַליבער. יעקבֿ רעפּרעזענטירט די קומענדיקע ייִדישע דורות, און עשׂו — די צוקונפֿטיקע אַנטיסעמיטן. יעקבֿ איז אַ סימבאָל פֿון אַ ציוויליזאַציע, וואָס איז באַגרינדעט אויף רויִקער רוחניותדיקער עבֿודה, און עשׂו איז אַ סימבאָל פֿון מלחמות און קריגערײַען.
רש״י און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז דער נאָמען פֿון אונדזער פּרשה נעמט אַרײַן מיט אַ גלײַכער ווערט יצחקס ביידע קינדער — סײַ יעקבֿ, סײַ עשׂו. אַדרבה, ווי עס שטייט אין די קבלה־ספֿרים, שטאַמט עשׂוס נשמה פֿון אַ העכערן שורש — דערפֿאַר האָט יצחק אים ליב געהאַט און געוואָלט געבן אַ ספּעציעלע ברכה. דער טאַטע האָט גוט געוווּסט, אַז זײַן ערשט־געבוירענער זון פֿירט זיך נישט ווי אַ צדיק. ער האָט אָבער געהאָפֿט, אַז עשׂו וועט צום סוף תּשובֿה טאָן און אויסנוצן זײַן פּאָטענציאַל לשם־שמים.
ווי עס דערקלערן די מקובלים, שטאַמט עשׂוס נשמה פֿון דער גײַסטיקער וועלט פֿון כאַאָס — "עולם-התּוהו", און יעקבֿס נשמה שטאַמט פֿון "עולם־התּיקון" — די סדרדיקע וועלט. הגם כאַאָס זעט צומאָל אויס פֿאַרפּלאָנטערנדיק און אַפֿילו שרעקעדיק, ליגט ער אינעם סאַמע תּוך פֿון דער וועלט־אַנטוויקלונג. לויט דער מאָדערנער פֿיזיק, פֿירן זיך די עלעמענטאַרע טיילעכלעך, פֿון וועלכע עס באַשטייט דער גאַנצער אוניווערס, לויט כאַאָטישע כּללים.
דער אַבסאָלוטער כאַאָס איז אומזיניק; דער אַבסאָלוטער סדר איז אָבער טויט ווי אַ מעכאַנישער זייגער. די וועלט אַנטוויקלט זיך צוליב דעם באַלאַנס צווישן די דאָזיקע צוויי פּאָלוסן. יעקבֿס כאַראַקטער, וועלכער האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער צוקונפֿטיקער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָט זיך פֿאָרמירט דווקא צוליב דער סתּירותדיקער באַציִונג מיט זײַן ברודער. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז הגם עשׂו ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ פּראָטאָטיפּ פֿון די קומענדיקע אַנטיסעמיטן, איז ער אַליין געווען אַ ייִד — אַ סתּירותדיקער און אַן אימפּולסיווער בעל־עבֿירות, אַ סקעפּטיקער און אַ גראָבער יונג, און פֿאָרט אַ טייל פֿון יצחקס משפּחה.
די מענטשלעכע באַציִונגען זענען מער קאָמפּליצירט ווי אַ שוואַרץ־ווײַס בילד. אַלע דערמאָנטע פּערספּעקטיוון וועגן יעקבֿן און עשׂון זענען אמת, אין אַ געוויסן אַספּעקט. די צוויי ברידער זענען יאָ געווען היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן זיך שאַרף געקריגט, און פֿאָרט זענען זיי ביידע געווען די "תּולדות" — אַן אינטעגראַלער טייל פֿון יצחקס משפּחה און אַ שטאַפּל אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ביידע האָבן געהאַט אוניקאַלע מעלות; די חז״ל באַמערקן, למשל, אַז עשׂו האָט באַזונדערס אויסגעצייכנט מקיים געווען די מיצווה פֿון כּיבוד־אָבֿ.
מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות", ווײַל זי ווײַזט אונדז, אַז די רעאַלע אַנטוויקלונג פֿון מענטשלעכע באַציִונגען איז קאָמפּליצירט; אין יעדער געזעלשאַפֿט און כּמעט אין יעדער משפּחה טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען עמעצער פֿירט זיך אַ ביסל ווי יעקבֿ און דער צווייטער — ווי עשׂו. צומאָל זעען די מענטשלעכע באַציִונגען שוואַרץ און ווײַס — ווי אַ קריג צווישן אַ קלאָרן צדיק און אַ רשע. און פֿאָרט, ווען מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען צומאָל זען, אַז דער "רשע" האָט צומאָל אַ יושרדיקע טענה קעגן דעם "צדיק". צומאָל זעט מען, ווי פֿון כאַאָס און קריגערײַ וואַקסן אַרויס נײַע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען — אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון יעקבֿ, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער היים צוליב זײַן ברודערס כּעס, אָבער צום סוף זיך אומגעקערט בשלום.
ווי עס שטייט אין די קבלה־ספֿרים, שפּילן זיך אַלע מעשׂיות פֿונעם תּנ״ך כּסדר אויך אינעווייניק אין דער מענטשלעכער נשמה. יעדער מענטש האָט אין זיך אַ שטיקל יעקבֿ און אַ שטיקל עשׂו — סײַ אָרדענונג, סײַ כאַאָס, סײַ דעם רוחניותדיקן פֿלאַם, וואָס ציט די נשמה אַרויף אין הימל, סײַ די גשמיותדיקע באַגערן, וואָס ציִען אַראָפּ אין דער ערד. דאָס מענטשלעכע שלימות ווערט פֿאָרמירט אין די קאָמפּליצירטע באַציִונגען, און אַפֿילו קאָנפֿליקטן, צווישן די דאָזיקע אינערלעכע כּוחות און נטיות. עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז אין דער באַציִונג צווישן צוויי מענטשן שפּילן זיי ביידע, פֿון צײַט צו צײַט, די ראָלעס פֿון יעקבֿ און עשׂו.
דווקא דורך דער השׂגה, אַז די רעאַלע "תּולדות" פֿון מענטשלעכע באַציִונגען זענען, געוויינטלעך, מער קאָמפּליצירט, ווי "ווײַס" אָדער "שוואַרץ און ווײַס", קאָן מען דערגרייכן דאָס פּערזענלעכע און סאָציאַלע שלימות.