פֿונעם אייביקן קוואַל

אין די פֿאָריקע פּרשיות גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך, צו ערשט, שטאַרק צעקריגט מיט זײַן ברודער עשׂו, אָבער שפּעטער האָט ער זיך מיט אים איבערגעבעטן.
די נעמען פֿון די סדרות זענען מרמז אויף זייער אַלגעמיינעם אינהאַלט. אין דער פּרשה "תּולדות", מיט דרײַ וואָכן צוריק, ווערן באַשריבן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יעקבֿן און עשׂון, וועלכע האָבן געבראַכט צו אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים.
פּערזענלעכע סיכסוכים זענען אַ נאָרמאַלער, הגם זיכער אַן אומגעוווּנטשענער, טייל פֿונעם מענטשלעכן לעבן. ס׳רובֿ סיכסוכים זענען ווײַט נישט אַזוי שאַרף, חלילה, און ברענגען דעם מענטש נישט אין אַזאַ ביטערן מצבֿ, ווען מע מוז אַנטלויפֿן פֿון דער היים צוליב דעם כּעס פֿון נאָענטע קרובֿים. פֿונדעסטוועגן, ברענגען אַלע קאָנפֿליקטן צווישן מענטשן צו אַ געפֿיל פֿון אָפּגעפֿרעמדקייט, ווען עס ווילט זיך ערגעץ אַוועקלויפֿן. פֿונדעסטוועגן, זענען פֿאַרשיידענע קאָמפּליצירטע סיטואַציעס אַ טייל פֿון דער נאַטירלעכער אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן — "תּולדות".
ווײַטער, אין דער פּרשה "ויצא" ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן היים, און געמוזט אַרבעטן אַ לאַנגע צײַט בײַ זײַן פֿעטער, לבֿן. צום סוף, האָט יעקבֿ זיך געגעבן אַן עצה זיך אומצוקערן אַהיים, צוזאַמען מיט זײַןַ גרויסער משפּחה, מיט פֿיר פֿרויען און אַ סך קינדער. מע קען זאָגן, אַז דער נאָמען פֿון דער פּרשה "ויצא" איז מרמז אויף דעם, אַז בײַ יעדן מענטש טרעפֿן זיך אַמאָל אַזעלכע סיטואַציעס, ווען מע מוז אַוועקגיין פֿונעם אײַנגעזעסענעם אָרט — לאוו־דווקא אינעם גשמיותדיקן זין — כּדי אויסצומײַדן אַ קאָנפֿליקט. אַזוי ווי אין יעקבֿס פֿאַל, גייט דער וועג צו אַ נײַער מדרגה אינעם לעבן, צו מאָל, דורך אַ "בלאָטע" פֿון אָפּגעפֿרעמדטקייט און אומזיכערהייט.
אין דער פֿאָריקער פּרשה, "וישלח", ווערט באַשריבן, ווי אַזוי יעקבֿ האָט זיך איבערגעבעטן מיט עשׂון און זיך אומגעקערט אַהיים. כּדי שלום צו מאַכן מיט זײַן אויפֿגערעגטן ברודער, האָט יעקבֿ צוגעשיקט צו אים מלאָכים און געוווּנען אין אַ געראַנגל מיט עשׂוס מלאך. הגם יעקבֿ האָט אויך געגעבן זײַן ברודער גאַנצע קאַראַוואַנען מתּנות, זעען מיר, אַז די מיסטישע אָפּעראַציעס מיט די מלאָכים שפּילן אַ שליסל־ראָלע אין דער פּרשה. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס ווײַזט, ווי מיר האָבן עס באַטראַכט מיט אַ וואָך צוריק, אַז דווקא אַ בראַווער, אַקטיווער און אַפֿילו קעמפֿערישער מענטש, וועלכער האָט נישט מורא צו האַלטן אַ מלחמה אַפֿילו קעגן אַ הימלישן מלאך, איז מסוגל צו לייזן זײַנע קאָנפֿליקטן און זיך איבערצובעטן מיט אַ געוועזענעם שׂונא.
די הײַנטיקע פּרשה — "וישבֿ" — איז די לעצטע אין דער סעריע פֿון דרײַ סדרות מיט ענלעכע נעמען, וועלכע ווערן אַסאָציִיִרט איינע מיט דער צווייטער: "ויצא" — "וישלח" — "וישבֿ". און ער איז אַרויסגעגאַנגען; און געשיקט אַ מלאך; און האָט זיך באַזעצט. לויט דער לאָגיק פֿון דער דערמאָנטער קייט פֿון די פּרשיות, גייט אין דער הײַנטיקער סדרה די רייד וועגן דעם, ווי יעקבֿ האָט, סוף־כּל־סוף, נאָך אַלע מחלוקתן און נע־ונד, זיך רויִק באַזעצט בײַ זײַן טאַטן אין דער היים.
די ערשטע פּסוקים אין דער פּרשה מאַכן טאַקע אַזאַ אײַנדרוק. יצחק אָבֿינו איז ניפֿטר געוואָרן, און יעקבֿ האָט ווײַטער געהאָדעוועט זײַנע קינדער, בפֿרט זײַן באַליבסטן זון — יוסף. באַלד גייט אָבער די תּורה אַריבער צו יוספֿס אייגענע צרות, וועלכע האָבן, מסתּמא, געבראַכט יעקבֿן נאָך מער עגמת־נפֿש, ווי זײַן פֿריִערדיקער קאָנפֿליקט מיט עשׂון.
יעקבֿס אַנדערע זין זענען ברוגז געוואָרן אויף יוספֿן — צוליב דעם, וואָס יוסף פֿלעגט נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער און דערציילן דעם טאַטן וועגן זייער אויפֿפֿירונג. צוליב דעם, האָבן יעקבֿס אַנדערע זין באַשלאָסן, אַז יוסף איז אַ סכּנותדיקער מסור, וועלכער פֿאַרדינט דעם טויט. אַן אַנדער סיבה פֿון זייער קעגנערשאַפֿט זענען געווען יוספֿס מיסטישע חלומות, וועלכע האָבן געמאַכט אַן אײַנדרוק, אַז ער טרוימט צו ווערן אַ הערשער איבער זײַן גאַנצער משפּחה.
יהודה, וועלכן די אַנדערע ברידער האָבן געהאַלטן פֿאַר זייער מנהיג, האָט געגעבן אַן עצה נישט צו דערהרגענען יוספֿן, נאָר צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים, וווּ ער איז געוואָרן אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָקראַט, פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב האָט געפּרוּווט צו פֿאַרפֿירן יוספֿן, און געבעטן אים צו האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט איר. יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט; פּוטיפֿרס ווײַב איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט און געמאָלדן, אַז יוסף האָט געפּרוּווט זי, כּלומרשט, צו פֿאַרגוואַלדיקן. מע האָט אײַנגעזעצט יוספֿן אין תּפֿיסה, פֿון וועלכער ער איז שפּעטער באַפֿרײַט געוואָרן ווידער צוליב זײַנע נבֿיאישע חלומות.
פֿאַקטיש, איז אין אונדזער הײַנטיקער פּרשה איבערגעחזרט געוואָרן יעקבֿס מחלוקת מיטן ברודער. יעקבֿ האָט מורא געהאַט, אַז עשׂו וועט אים דערהרגענען, און אַנטלאָפֿן קיין חרן, וווּ ער האָט געמוזט אָפּאַרבעטן 20 יאָר פֿאַר זײַן שווינדלערישן פֿעטער, לבֿן. יוסף האָט געהאַט שאַרף אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט זײַנע ברידער, וועלכער האָבן אים געוואָלט אויך דערהרגענען, און באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן ווי אַ שקלאַף אין מצרים, וווּ ער איז אויך געוואָרן אַ קרבן פֿון שווינדלערײַ.
די דאָזיקע מעשׂה דעמאָנסטרירט דעם פּרינציפּ, וועלכן מיר האָבן באַהאַנדלט אין דער פּרשה "תּולדות": סיכסוכים זענען אַ טייל פֿונעם נאָרמאַלן מענטשלעכן לעבן, און קומען פֿאָר אין יעדן דור. ווען יעקבֿ האָט, סוף־כּל־סוף, געלייזט זײַן מחלוקת מיט עשׂון, האָט אַן ענלעכע מעשׂה פּאַסירט מיט זײַן באַליבסטן זון. פֿאַר וואָס ווערט דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "וישבֿ" — פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון יעקבֿס רויִקער באַזעצונג אין דער היים? לויט דעם אינהאַלט פֿון דער פּרשה, וואָלט זי געדאַרפֿט הייסן נישט "און ער האָט זיך באַזעצט", נאָר "מע האָט אים פֿאַרקויפֿט און פֿאַרטריבן"! בלויז די ערשטע פּאָר פּסוקים דערציילן וועגן יעקבֿן; כּמעט די גאַנצע פּרשה איז אָבער געווידמעט יוספֿס ביטערע פּאַסירונגען.
אין פֿאַרגלײַך מיט יעקבֿן, וועלכער האָט געקעמפֿט מיט עשׂוס מלאך, איז יוספֿס גײַסטיקער כּוח געווען פֿאַרבונדן מיט חלומות. צוליב זיי האָט ער פֿאַרלוירן זײַן היים און געוואָרן אַ שקלאַף; צוליב זיי האָט ער אויך שפּעטער עולה־לגדולה געווען.
על־פּי־קבלה, רעפּרעזענטירט יעקבֿ די מידה פֿון תּפֿארת, וועלכע פֿאַראייניקט און שאַפֿט אַ האַרמאָנישן באַלאַנס צווישן קעגנזעצלעכקייטן. ער האָט געקאָנט קעמפֿן און איז געווען גרייט צו האַלטן אַ מלחמה קעגן עשׂון, אָבער ער האָט אָנגעווענדט זײַן קעמפֿערישן כּוח, כּדי צו לייזן זײַן פּערזענלעכן קאָנפֿליקט און שלום צו מאַכן מיט זײַן ברודער. מיט דעם דאָזיקן בײַשפּיל, האָט ער געוויזן, אַז ס׳איז מעגלעך צו דערגרייכן אַ באַלאַנס צווישן די היפּוכדיקע כּוחות פֿון חסד און גבֿורה.
יוסף האָט געפֿאָלגט זײַנע נבֿיאישע חלומות. אַפֿילו זײַענדיק אַ שקלאַף און אַן אַרעסטאַנט, איז ער געווען רויִק, ווײַל ער האָט געוווּסט, אַז וואָס ס׳זאָל נישט געשען, פֿירט אים די ג־טלעכע השגחה אויפֿן באַשערטן וועג. על־פּי־קבלה, רעפּרעזענטירט יוסף די מידה פֿון יסוד — דעם גײַסטיקן "פֿונדאַמענט", וואָס פֿאַרבינדט אַלע היפּוכדיקע כּוחות אַזוי ווי "צעמענט". נישט געקוקט אויף דעם סכּנותדיקן נע־ונד אין מצרים, איז ער געבליבן תּמיד "אײַנגעזעסן" אין זײַן האַרצן און פֿאַרלייגט דורך אַזאַ עבֿודה דעם פֿעסטן יסוד פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.