פֿונעם אייביקן קוואַל

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער פֿאַנגט זיך אָן, ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט, מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מצרים. די ערשטע פּרשה אין דער גאַנצער תּורה איז געווידמעט דער טעמע פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג און דער פֿאַרטרײַבונג פֿון אָדם־הראשון פֿון גן־עדן; פֿון דער דאָזיקער מעשׂה לערנען מיר אָפּ, אַז דאָס לעבן פֿון אַן איזאָלירטן יחיד איז נישט קיין אמתע פֿרײַהייט, ווײַל אַ מענטש נייטיקט זיך אין אַ פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה פֿון די אַנדערע. אַן עלנטער מענטש און אַפֿילו אַן איזאָלירטע משפּחה לעבן אין אַ מין גלות — אַזוי ווי אָדם־הראשון, פֿאַרטריבן פֿון גן־עדן.
פֿון דער פּרשה "שמות" קומט אויס אַ פֿאַרקערטער אויספֿיר. הגם אַ יחיד נייטיקט זיך אין דער הילף פֿון אַ קאָלעקטיוו, ווענדט זיך די אַלגעמיינע מענטשלעכע פֿרײַהייט און אַחדות אין דער טעטיקייט פֿון אַזעלכע יחידים, ווי משה רבינו און די טאָכטער פֿון פּרעהן, בתיה, וועלכע האָט געראַטעוועט און אויפֿגעהאָדעוועט משה רבינו. דער מצבֿ פֿון יחידים ווענדט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך אין דער סטרוקטור פֿונעם קאָלעקטיוו, וווּ זיי לעבן.
ווי עס שטייט געשריבן אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים מיט פֿאַרשיידענע אויסדרוקן —"והוצאתי", "והצלתּי", "וגאלתּי" און "ולקחתּי". די דאָזיקע ווערבן זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מינים שקלאַפֿערײַ און פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון גאולה. אויב מע איז שוין באַפֿרײַט פֿון איין מין אומיושר אין דער געזעלשאַפֿט, בלײַבט מען צומאָל פֿאַרשקלאַפֿט אויף אַנדערע אופֿנים — דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער צוגעזאָגט אויסצולייזן די ייִדן פֿון אַלע מינים שקלאַפֿערײַ.
בקיצור, ווערט אין די צוויי פֿאָריקע פּרשיות באַטראַכט דער ענין פֿון דער מענטשלעכער פֿרײַהייט אינעם קאָנטעקסט פֿון סאָציאַלע באַציִונגען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט באַטראַכט דער טיפֿער און קאָמפּליצירטער ענין פֿון אינערלעכער פֿרײַהייט.
דער באַשעפֿער האָט געהייסן משה רבינו: "בא אל פּרעה" — קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער. כּדי צו באַווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די נסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות.
צום סוף, נאָכדעם, ווי אַ גאַנצע ריי פֿון צען משונהדיקע צרות האָבן צעשאָקלט מצרים, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. מיר האָבן שוין אַ סך מאָל געשמועסט, אַז די נעמען פֿון די פּרשיות זענען פֿאַרבונדן מיט זייער אַלגעמיינעם אינהאַלט. די קולמינאַציע פֿון דער הײַנטיקער סדרה איז די יציאת־מצרים; זי הייבט זיך אָבער אָן מיט דער פּאַראַדאָקסישער באַגעגעניש צווישן משה רבינו און פּרעה. ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע באַגעגעניש האָט געדינט ווי אַ פּרעלודיע צו יציאת־מצרים.
אויפֿן ערשטן בליק, וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז פֿון דער דאָזיקער באַגעגעניש לערנען מיר אָפּ, אַז דער מענטש איז, אין דער אמתן, קיינמאָל נישט פֿרײַ. דער אייבערשטער האָט ספּעציעל האַרט געמאַכט פּרעהס האַרץ און אָפּגענומען בײַ אים די בחירה־חפֿשית, כּדי צו באַשטראָפֿן די מיצרים שטאַרקער און כּדי די ייִדן זאָלן דערציילן זייערע אייניקלעך בײַם פּסחדיקן סדר וועגן דעם אייבערשטנס גרויסקייט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז משה געגאַנגען צו פּרעהן נישט אַליין, נאָר ווי אַ שליח פֿונעם באַשעפֿער. ווי אַ צדיק, האָט ער אַוודאי געפֿאָלגט דעם ג־טלעכן באַפֿעל.
עס באַקומט זיך, אַז סײַ משה, סײַ פּרעה, האָבן זיך געפֿירט נישט לויט זייער אייגענעם ווילן, נאָר האָבן אויסגעפֿירט דעם רבונו־של־עולמס רצון. דער איינציקער חילוק צווישן זיי איז געווען דאָס, וואָס פּרעה האָט געוואָלט ברעכן דעם ג־טלעכן באַפֿעל, אָבער נישט געקאָנט; און משה רבינו האָט געקאָנט, אָבער נישט געוואָלט. דער רעזולטאַט איז אָבער געווען דער זעלבער: ביידע האָבן געדינט בלויז ווי דעם אייבערשטנס שליחים און נישט ווי אומאָפּהענגיקע פּערזענלעכקייטן. און פֿאָרט, נישט געקוקט אויף דעם, איז די דאָזיקע באַגעגעניש, וועלכע זעט אויס, לכאורה, אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון דער מעטאַפֿיזישער אומפֿרײַהייט פֿונעם מענטש, געוואָרן אַ פּרעלודיע צו די געשעענישן פֿון יציאת־מצרים, צוליב וועלכע מיר פּראַווען יעדעס יאָר פּסח — "זמן חרותנו" — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער פֿרײַהייט.
קודם־כּל, מוז מען פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז נישט דער האַר פֿון דער גאָרער וועלט אינעם בוכשטעבלעכן זין. הגם די תּורה און די חז״ל באַשרײַבן אָפֿט ג־ט ווי דעם "מלך" פֿונעם גאַנצן אוניווערס, איז עס בלויז זייער אַן אויבערפֿלאַכיקע און אויסערלעכע פּערצעפּציע סײַ על־פּי־קבלה, סײַ לויט אַזעלכע קלאַסישע ייִדישע פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים, ווי דעם רמב״מס "מורה נבֿוכים". דער ג־טלעכער אין־סוף — דער אומבאַנעמלעכער אַבסאָלוט — איז דער עצם פֿון אַלע זאַכן, אַרײַנגערעכנט אונדז אַליין, און איז העכער פֿון אַזעלכע באַגריפֿן, ווי מאַכט און פּערזענלעכקייט אינעם מענטשלעכן זין.
ווען אַ מענטש שטרעבט אַרײַנצודרינגען אין די טיפֿענישן פֿון זײַן אייגענער נשמה און צו פֿאַרשטיין זײַן אמתן טיפֿן ווילן, שטרעבט ער ממילא צו פֿאַרשטיין דעם אייבערשטן, וועלכער איז "די נשמה פֿון נשמות" — דער טיף־אינערלעכער, עצמדיקער שורש פֿונעם מענטש אַליין. די סתּירה צווישן דעם ג־טלעכן און דעם מענטשלעכן רצון איז בלויז אַן אילוזיע; די מענטשלעכע עגאָיִסטישע נטיות נאַרן אונדז אָפּ און שאַפֿן אין אונדזער שׂכל אַן אײַנדרוק, אַז דאָס, וואָס מיר ווילן, שטימט נישט מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער הייסט אונדז צו טאָן.
די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז פּרעה אַליין האָט בײַ זיך אָפּגענומען זײַן פֿרײַען ווילן. עס קאָן זײַן, אַז ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַרן פֿרײַסטן מענטש אין דער וועלט און געמיינט, אַז נישט געקוקט אויף די משונהדיקע מכּות, וועט ער אויף צו להכעיס נישט באַפֿרײַען די ייִדן. אין דער אמתן, אָבער, איז ער געוואָרן אַ שקלאַף פֿון זײַן אַכזריותדיקן, טיראַנישן עגאָיִזם.
די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אויך, אַז משה רבינו ווערט אָנגערופֿן אין דער תּורה "איש־אלוהים", ווײַל זײַן מענטשלעכע פּערזענלעכקייט איז אינגאַנצן צונויפֿגעשמאָלצן געוואָרן מיט ג־טלעכקייט. אויף זײַן מדרגה, איז זײַן ווילן געוואָרן ממש איינס מיטן רצון־השם. ווי עס ווערט דערקלערט אין די פֿילאָסאָפֿישע און קבלה־ספֿרים, איז די הלכה אַן אינסטרומענט, וואָס העלפֿט דעם מענטש אויפֿצוהייבן זײַן שׂכל איבער די "כמאַרעס" פֿון עגאָיִסטישער גראָבקייט. אין משיחס צײַטן וועט די פֿיקסירטע סיסטעם פֿון הלכות בטל ווערן, ווײַל די מענטשן וועלן זיך אויסלערנען, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון זייערע עגאָיִסטישע נטיות.
פֿאַר אַזאַ גרויסן צדיק, ווי משה רבינו, איז דאָס פֿאָלגן די ג־טלעכע נבֿואה נישט געווען קיין פֿאַרשקלאַפֿונג, ווײַל דאָס איז געווען אַן אויסדרוק פֿון זײַן אַלטרויִסטישן ג־טלעכן נשמה־שורש, פֿון זײַן שטרעבונג צו באַפֿרײַען די ייִדן. אָט פֿון דעם־אָ פּרינציפּ — אַז עכט־אַלטרויִסטישע מעשׂים זענען בעצם ג־טלעך און אַז עגאָיִסטישע תּאוות פֿאַרשקלאַפֿן דעם מענטש — שטאַמט טאַקע יציאת־מצרים און די קומענדיקע גאולה.