פֿאַר די קרובֿ 115 יאָר פֿון איר לעבן, האָט די צײַטונג “פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט הונדערטער אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן די ייִדישע מינהגים און יום-טובֿים. ייִדישע טראַדיציעס, וועלכע זײַנען אין גאַנצן אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן דורך דעם ערשטן דור ייִדישע סאָציאַליסטן, האָבן ביסלעכווײַז גענומען אַלץ מער אינטערעסירן די לייענער און די שרײַבער פֿון “פֿאָרווערטס". הגם צווישן די עלטערע “פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן זײַנען געווען אויך מיליטאַנטיש־געשטימטע אַטעיִסטן, האָט דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, דורכגעפֿירט די פּאָליטיק פֿון טאָלעראַנץ צו פֿרומע ייִדן.
מיר ברענגען דאָ אויסצוגן פֿון צוויי אַרטיקלען וועגן חנוכּה: פֿון מאַקס גאָרדאָן, געדרוקט דעם 22סטן יאַנואַר 1935, און פֿון לייבל באָטוויניק, געדרוקט דעם 4טן דעצעמבער 1937.


מאַקס גאָרדאָן

דער ווינטער איז הײַיאָר אויסגעפֿאַלן אין דײַטשלאַנד אַ גאַנץ מילדער. אַזוי איז עס, לכל-הפּחות, געווען ביז אָנהייב יאַנואַר. ווי ווײַטער וועט זײַן, ווייסט איין גאָט, דער “אַרישער" אָדער ניט-"אַרישער". טאָמער דער ווינטער וואָלט געווען אַ קאַלטער, וואָלטן זיכער אין דעם געווען שולדיק די ייִדן. אויב די נאַציס טענהען, אַז “די ייִדן זײַנען אונדזער אומגליק", טאָ קען דאָך אַן אומגליקלעכער ווינטער שטאַמען אויך פֿון די ייִדן.
אַמאָל פֿלעגן די ייִדן פֿון בערלין האַלטן פֿון ניטל און קויפֿן ניטל-ביימער. איצט האָבן זיי אויפֿגעהערט דאָס צו טאָן. ניטל האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ יום-טובֿ בײַ ייִדן. די פֿאַרקויפֿער פֿון ניטל-ביימער האָבן זיך הײַיאָר געקלאָגט, אַז זיי האָבן פֿאַרלוירן אַ סך געלט. די ייִדן פֿלעגן אַמאָל זײַן גוטע קונים אויף דער סחורה. אָבער ניט מער.
און דײַטשישע ייִדן האָבן פּלוצלינג אַנטדעקט, אַז זיי האָבן אַן אייגענעם יום-טובֿ, וואָס הייסט חנוכּה. מ’איז געווען פֿול מיט אַנטדעקונגס-פֿרייד. דאָס האָט מען געזען אויף די שטראַלנדיקע פּנימער פֿון טאַטע-מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אַוועקגעזעצט שפּילן מיטן יונגוואַרג אין דריידלעך, באַוווּנדערנדיק די העברעיִשע אותיות, וועמענס באַטײַט איז געווען פֿאַר זיי נאָך ניט אין גאַנצן קלאָר, כאָטש אַ סך ייִדיש-דײַטשישע צײַטונגען האָבן עס פֿאַרטײַטשט. מע איז געלאָפֿן אין די שילן אַרײַן צו הערן די יום-טובֿדיקע דרשות און מיטזינגען “מעוז צור", אויף וויפֿל מע קען מיטהאַלטן, ווײַל מע איז געהרגעט אויף דער עבֿרי.
אויסער דעם, האָבן זיך די דײַטשישע ייִדן געכאַפּט, אַז ס’איז פֿאַראַן “עונג שבת". דאָס זאָל אויך געהערן צו ייִדישקייט. אין דער ציוניסטישער צײַטונג “יודישע רונדשאַו" דרוקט מען יעדע וואָך אַ באַזונדערע קאָלומנע, וווּ עס ווערט דערקלערט ווי און מיט וואָס מע פֿאַרברענגט אַ שבתדיקן טאָג. אמת, די גאַנצע וואָך ציט זיך אַוועק אַזוי גרוי, אַז עס ליגט ניט אין קאָפּ זיך צו פֿרייען מיט שבת.
אין דער היים ווילן בערלינער ייִדן שאַפֿן, אין די אייגענע פֿיר ווענט, אַן אינערלעכע היימישקייט, וואָס זאָל געבן כּוחות זיך דורכצוהאַלטן אויף ווײַטער. דאָס פֿאַמיליע-געפֿיל, וואָס איז געווען אָפּגעשוואַכט בײַ דײַטשישע ייִדן, באַזונדערס אין די גרויסע שטעט, האָט זיך ווידער פֿאַרשטאַרקט. דאָס וואָרט “משפּחה" האָט אינעם מויל פֿון בערלינער ייִדן פֿאַרלוירן דעם איראָנישן בײַ-געשמאַק פֿון ביז איצטער, ווען עס פֿלעגט אַרויסרופֿן אַ מין חוזק. איצט איז עס געוואָרן אַ צו ערנסטער ענין, וואָס פֿאַרדינט די גרעסטע אויפֿמערקזאַמקייט: מע מוז, הייסט עס, זיך האַלטן צוזאַמען. דערפֿאַר איז ניט קיין וווּנדער, וואָס הײַנטיקן ווינטער זײַנען אין בערלין געשפּילט געוואָרן הונדערטער ייִדישע חתונות. מענטשן זײַנען באַהערשט געוואָרן פֿונעם ווילן צו בילדן אַ משפּחה-לעבן.

לייבל באָטוויניק

תּחילת, איז אין אַמעריקע געווען ווי אין דער אַלטער היים, דהײַנו: בלויז די עכט-פֿרומע ייִדן פֿלעגן בענטשן חנוכּה-ליכט שטיל און וואָכעדיק. און דאָ און דאָרט האָט אַ חזן אין אַ שיל געדאַוונט אַ דאַוונען לכּבֿוד חנוכּה פֿאַר אַ קליינעם עולם פֿון רעליגיעזע מענטשן. אָבער דערנאָך איז פֿאָרגעקומען אַזאַ זאַך: די ראַדיקאַלן האָבן אויפֿגעלעבט דעם חנוכּה יום-טובֿ אין אַמעריקע.
ווען מען זאָל קומען דערציילן, ווי אַזוי עס איז דערצו געקומען, מוז מען זאָגן, אַז די פּיאָנערן דערצו זײַנען געווען די ציוניסטן, די “אַרבעטער-רינג"-מיטגלידער — זיי האָבן עס צעשפּילט אויף אַ גרויסן מאָדערנעם אופֿן. און דאָ און דאָרט האָבן קאָמוניסטן אויך געמוזט אונטעריום-טובֿען לכּבֿוד מתּתיהו כּהן-גדול מיט זײַנע חשמונאָים. אָנגעהויבן האָט עס זיך אַרום יאָר 1900.
דעמאָלט האָבן די ציוניסטן דעם חנוכּה דערקלערט ווי דעם גרעסטן ייִדישן יום-טובֿ, ווײַל דאָס איז געווען דער ציוניזם פֿון פֿאַר-צוויי-טויזנט יאָר. שפּעטער, ווען די ייִדישיסטישע שלום-עליכם-באַוועגונג און דער “אַרבעטער-רינג" האָבן געגרינדעט ייִדישע שולן — ווײַל די ברייטע ראַדיקאַלע ייִדישע מאַסן האָבן געוואָלט צובינדן זייערע קינדער צו זיך, צו זייער ייִדישער שפּראַך, צו דער ייִדישער קולטור און צו דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג — האָבן דאָך די לערער געדאַרפֿט האָבן עפּעס מיט וואָס צוצוציִען די קינדערלעך צו דער ראַדיקאַלער שול.
קינדער דאַרפֿן דאָך האָבן יום-טובֿים, געזאַנגען, שפּילערײַען מיט אַן אינהאַלט, וואָס זאָלן זיך קלעפּן צו די פּראָגראַמען פֿון די לימודים. האָט מען זיך צוגעכאַפּט צו חנוכּה. חנוכּה איז אַ יום-טובֿ אָן רעליגיעזע צערעמאָניעס, אַ חוץ די ליכטלעך, וואָס זײַנען אַן און פֿאַר זיך שיין. און חנוכּה איז אַ יום-טובֿ פֿון קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט און זעלבשטענדיקייט. און דערצו איז חנוכּה ניט קיין אויסגעטראַכטער יום-טובֿ, נאָר אַ פֿײַערונג צום אָנדענק פֿון אַן אמתער, אַ ריכטיקער פּאַסירונג פֿון אַ ייִדישער רעוואָלוציע קעגן דעם אימפּעריאַליסט אַנטיוכוס, דעם מלך פֿון יוון. און דערצו איז עס אַן עכט-ייִדישער יום-טובֿ, אַ פֿאַרבנרײַכע דערמאָנונג פֿון אונדזער אייגענער קינדהייט.
און עס זײַנען אויך צוגעקומען די פּאָגראָמען פֿון נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, די פּוילישע אַנטיסעמיטן, היטלער אין דײַטשלאַנד — זײַנען די ראַדיקאַלע ייִדן געוואָרן אַלץ ייִדישער און זייערע ראַדיקאַלע קינדער-שולן האָבן שוין אָן שעמערײַ זיך גענומען צום חנוכּה יום-טובֿ — דעם אָנדענק פֿון ייִדישן נצחון קעגן אונדזערע שׂונאים.
און אַז די “אַרבעטער-רינג"-שולן, און “שלום-עליכם"-שולן, און פּועלי-ציון-שולן האָבן אַזוי פּאָפּולער געמאַכט די חנוכּה-פֿײַערונגען, האָבן די תּלמוד-תּורות זיך ערשט אַ נעם געטאָן צו דעם דאָזיקן יום-טובֿ. די רעליגיעזע שולן באַנוגענען זיך שוין ניט מיט בלויז צינדן די אַכט ליכטלעך, נאָר זיי שטאַטן שוין אויך אויס חנוכּה-פֿײַערונגען אין אַ מאָדערנעם נאַציאָנאַל-ייִדישן גײַסט.
אַזוי אַרום, האָט דער באמת אינהאַלטסרײַכער יום-טובֿ חנוכּה געקראָגן זײַן אויפֿלעבונג אין אַמעריקע דורך די ראַדיקאַלן און דורך דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג.